פאר'ן קראך איז דער חלום פון אזויפיל היים אייגענטומער געווען ארויסצונעמען א "האום עקוויטי" לאון, אין זעלטענע פאלן אפילו אזוי שנעל ווי א "סווייפ" מיט'ן קארטל, און נוצן ס'געלט פאר א חלום וואקאציע אין די אלפען בערג אדער מער עקאנאמיש אין די קעטסקיל-אלפיין ראיאן.

דאן איז געקומען דער טראאאך און לאנגע יארן ווארטענישן, און "האום עקוויטי" איז כמעט אראפ פון טיש, נישט נאר פאר סתם ברייטע באנוץ נאר אפילו פאר ערנסטע צוועקן. אסאך בענק זענען טאטאל ארויס פון די סארט ביזנעס.

אבער דער חלום ווערט צוריק פארווירקליכט. נישט מיט א "סווייפ," און אפילו נישט מיט א בינטל פאפירן, נאר מיט פולע דאקומענטאציע ווי א געהעריגע מארטגעדזש.

$46 ביליאן איז ארויס אין נייע "האום עקוויטי" לאונס אין צווייטן קווארטאל 17 ' למספרם, ארויף כמעט 10 פראצענט פון א יאר פריער און די העכסטע שטאפל זינט די ריעל עסטעיט קראך. פון דעם סך הכל איז 15 ביליאן דאלאר ארויס אלס קעש פאר באקוועמע באנוץ, אלס רעזולטאט פון מער ווערד אין הויז, זאגט "פרעדי מעק" מארטגעדזש אגענטור.

מיטלגארטיגע היים פרייזן אין אמעריקע זענען געשטיגן ארום פערציג פראצענט זינט 14 ', א ריזיגע אויפשטייג אין עקוויטי וואס מענטשן הייבן אן צו ווערן באקוועם מיט עס נוצן.

ווי געזאגט, "וועלכע באבל"...? טראץ די אויפשטייג אין האום עקוויטי לאונס האלט מען א חלום ווייט פון די פריערדיגע עפאכע. ביים קלימאקס פאר'ן קראך, אין צווייטן קווארטאל 07 ', גענוי צען יאר צוריק, האבן מענטשן איינגעקעשט האום עקוויטי אין ווערד פון 108 ביליאן דאלאר, כמעט דריי מאל מער ווי יעצט, און גענוצט גרויסע טיילן פון די געלטער פאר שוואוילטאג, ווי די פינאנץ אינדוסטריע האט שפעטער באשטעטיגט. אין 06 ' און 07 ' קאמבינירט, האט אמעריקע ארויסגענומען אזויפיל האום עקוויטי ווי די פאנטאסטישע סומע פון 720 ביליאן דאלאר, לויט "עקוויפעקס" קרעדיט ביורא.

נאך א שטארקע פונקט יעצט פאר אזעלכע לאונס איז די נידעריגע ראטעס.

א דורכשניטליכע "האום עקוויטי" לויפט יעצט פאר אונטער 6 פראצענט. קרעדיט קארד אינטערעסט ראטעס האלטן ביי א דורכשניט פון כמעט זיבעצן פראצענט. דאס מיינט אז "עס קען" זיך לוינען צו נעמען א האום עקוויטי צו באצאלן גרויסע קרעדיט קארד חובות, אויב מ'קען נאכקומען די שטרענגע איבערזיכט אויף פארדינסטן און פארמעגנס.

בענק קענען גערן באשטיין מען זאל ארויסנעמען אזעלכע לאונס, אויך גערופן "קעש-אוט ריפיינענס," ווייל זיי דארפן די פראצענט פארדינסטן.

אין 09' איז די בארג פון אנגעזאמלטע האום עקוויטי חובות אנגעקומען צו א קלימאקס פון 610 ביליאן דאלאר. היינט האלט עס ביי כמעט האלב, ארום $380 ביליאן, און בענק קענען קוים ווארטן מ'זאל ארויסנעמען נאך בינטלעך הונדערטערס פון די העכערע הויז ווערדן.

אין די היימישע געגנטער פון ניו יארק זענען דעמאלט פאר'ן קראך געפלויגן "האום עקוויטיס" אז מען האט כמעט פארגעסן אז מ'וועט עס דארפן באצאלן.

היינט קען אויסקומען די זעלבע מעגליכקייט, פון וועלן "איינקעשן" די אנגעזאמלטע ווערד, ספעציעל מיט אזויפיל טויזנטער נייע היים אייגענטומער כן ירבו און די שטייגנדע ווערד פון האוזינג פארמעגנס.

אבער מען דארף דאך נישט זארגן פאר די באנק'ס פארדינסטן, נאר פאר די אייגענע פינאנציעלע ארדענונג, און נאר אזוי איז ראטזאם צו באשליסן אויף א "האום עקוויטי" אדער "קעש אוט ריפיי."

בילד: איינקעשן "האום עקוויטי" צוריק אין פולן שוואונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל