וואשינגטאן – אן ערנסטע זארג איז אנטשטאנען אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט ארויפשטעלן ווייטערדיגע עקאנאמישע סאנקציעס אויף די רעזשים אין ווענעזועלע, וואס קען האבן א נעגאטיוון אפעקט אויף אמעריקע'ס אויל אינדוסטריע און ברענגען אז פרייזן זאלן שטייגן זייער שטארק. נעכטן האט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאלדן סאנקציעס אויף 8 מיטגלידער פון די נייע מאכטפולע און אומלעגאלע קאנסטיטוציע אסעמבלי וואס דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדוראו האט אוועקגעשטעלט אין לאנד, וואס קומט איין וואך נאכדעם וואס אמעריקע האט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף מאדוראו זעלבסט. דערווייל האלט זיך די טראמפ אדמיניסטראציע צוריק פון ארויפשטעלן סאנקציעס אויף ווענעזועלע'ס מאסיווע אויל אינדוסטריע, און אמעריקאנער ביזנעסלייט האבן געזאגט אז זיי האפן אז דאס וועט אזוי פארבלייבן, וויבאלד ווענעזועלע איז אמעריקע'ס דריט-גרעסטער אויל סופלייער, וואס באדייט אז אויב אמעריקע וועט שטעלן סאנקציעס אויף די ארטיגע אויל אינדוסטריע און מ'וועט נישט קענען אריינברענגען פון דארטן אויל, וועט עס ארויפשרויפן געזאלין פרייזן, און אויך וועט עס שעדיגן ארום א האלב מיליאן דזשאבס לענגאויס דעם גאלף קאוסט, פון אמעריקאנער וועלכע ארבעטן פאר די ווענעזועלער אויל פירמעס.

בילד: וועלן געז פרייזן שטייגן צוליב סאנקציעס?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל