נעוואדא — די "טעסלא" פירמע אנטוויקלט אין די טעג די טעכנאלאגיע צו קענען בויען א טרעילאר וועלכע וועט זיך אליינס דרייוון, דורך א פארגעשריטענעם קאמפיוטער סיסטעם, א שטייגער ווי די זעלבסט-דרייוונדיגע אויטאס וועלכע זענען שוין טיילווייז פארהאן צו באקומען אויפ'ן מארקעט. טעסלא ווערט געפירט דורכ'ן אמביציעזן ביזנעסמאן עלאן מאסק, וועלכער פירט אן עטליכע געוואגטע פראיעקטן, אריינגערעכנט דעם "הייפערלופ" באן צו פארקורצן און פארגרינגערן באן–רייזעס איבער'ן לאנד, און יעצט וויל מאסק אויך רעפארמירן די אינדוסטריע פון טראקינג און דעליווערי, דורך דעם וואס מען וועט לאזן ראבאטן און קאמפיוטערס דרייוון גרויסע טרעילארס וועלכע דארפן פארן עטליכע טעג אין א צי צו ליפערן סחורה פון איין עק לאנד צום צווייטן. לויט א באריכט אין "רויטערס" האט שוין מאסק אנגעהויבן צוגרייטן די נויטיגע דאקומענטן צו פארלאנגען פון די נעוואדא סטעיט אויטאריטעטן פאר פערמיטס און ערלויבעניש צו קענען דורכפירן דרייווינג טעסטס מיט זיין זעלבסט-דרייוונדיגן טרעילאר.

בילד: טעסלא'ס זעלבסט-דרייוונדיגע טרעילאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל