ניו יארק – באאמטע אינערהאלב דער "גאלדמאן סאקס" פינאנציעלער פירמע האבן געמאלדן אז אין די קומענדיגע מאנאטן וועלן זיי איינפעדימען א נייע פאליסי, וועלכע וועט טוישן דעם וועג וויאזוי זיי נעמען אויף ארבעטער. ביז היינט האט דאס געארבעט נישט צופיל אנדערש ווי דער געווענליכער סיסטעם, אז אפליקאנטן זענען אריינגעקומען, מ'האט זיי אויסגעפרעגט ביי רוטינע אינטערוויוען, און איבערגעקוקט זייער היסטאריע און ארבעטס פארגאנגענהייט, און דורכדעם געזען צי זיי טויגן פאר'ן דזשאב פון זיין א באנקיר. מיט דער נייער פאליסי, וועלן אפליקאנטן דארפן נעמען א ספעציעלן "פערסאנעליטי טעסט", וואו די אפליקאנטן וועלן געפרעגט ווערן צענדליגער אינטערעסאנטע און זייטיגע פראגעס איבער זייער טאג–טעגליכן לעבן און איבער זייערע געוואוינהייטן. מען וועט דערנאך נעמען די ענטפערס און דאס פארגלייכן צו די ענטפערס פון לאנגיעריגע וועטעראן ארבעטער אין דער פירמע, און זען צי די אפליקאנטן האבן ענליכע געוואוינהייטן און געדאנקען ווי די וועלכע האבן זיך שוין ארויסגעשטעלט צו זיין סוקסעספולע באנקירן.

בילד: פערסאנעליטי טעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל