מאנהעטן — דיסטריקט אטוירניס פון לענגאויס ניו יארק סיטי, האבן זיך נעכטן צוזאמגענומען און דערקלערט אז אזויפיל ווי 644,500 סאמענסעס וועלכע זענען שוין מער ווי צען יאר אלט און נאכנישט געענטפערט געווארן דורך די וועלכע האבן עס באקומען, ווערן ארויסגעווארפן, און די רעקארדס פון די מענטשן ווערן ריין (אויסער אויב זיי האבן עפעס אנדערע מער-ערנסטע קרימינאליטעטן אויף זייערע רעקארדס.)

דער פראיעקט איז אונטערגענומען געווארפן דורך בראנקס דיסטריקט אטוירני דארסעל קלארק, ברוקלין דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז, מאנהעטן דיסטריקט אטוירני סיירוס ווענס און קווינס דיסטריקט אטוירני ריטשארד בראון. די באאמטע האבן נעכטן אפגעהאלטן א צערעמאניע וואו זיי האבן דערקלערט דאס אז די הונדערטער טויזנטער סאמענסעס ווערן אפגעשאפן, זאגנדיג אז דאס זענען אלע פאר מינדערוויכטיגע זאכן, ווי אזעלכע וואס האבן באקומען טיקעטס פאר'ן רעדן צו הויעך, פאר'ן אראפווארפן א שמוץ אויף דער ערד, און ענליכע קלייניגקייטן, וואס ס'איז א שאד אז די ניו יארק סיטי אויטאריטעטן זאלן זיין פארנומען דערמיט און אויסגעבן געלט נאכצולויפן די באשולדיגטע.

בילד: 644,500 ניו יארק סאמענסעס ארויסגעווארפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל