אטלאנטא — א פרישער באריכט צייגט אז לופטליניעס האבן אין די לעצטערע מאנאטן זיך אויפגעהערט ארומווארפן מיט פאסאזשירן, און מער טוען זיי נישט אזוי אפט אראפשיקן פאסאזשירן פון פליגערס צוליב פלאץ אישוס און ענליכס. לויט פרישע אינפארמאציע פון דער פעדעראלער טראנספארטאציע דעפארטמענט, האבן די צוועלף גרעסטע אמעריקאנער לופט-ליניעס בלויז אראפגעשיקט 44 פאסאזשירן פער יעדע איין מיליאן פאסאזשירן, אין לויף פון די לעצטע דריי מאנאטן, וואס דאס איז די סאמע נידריגסטע ציפער זינט די טראנספארטאציע באאמטע האלטן חשבון דערויף, אנגעהויבן 23 יאר צוריק. א יאר צוריק אין די זעלבע דריי מאנאטן, האבן לופטליניעס אראפגעשיקט 62 פאסאזשירן פער יעדע איין מיליאן פאסאזשירן, און די רעדוקציע אין די צאל פאסאזשירן וואס ווערן אראפגעשיקט, צייגט קלאר אז די לופטליניעס האבן זיך דערשראקן פון דער נעגאטיווער מידיא דעקונג וואס יונייטעד עירליינס האט באקומען אין אפריל ווען לופטפעלד איינגעשטעלטע האבן ווילד אראפגעשיקט און פארוואונדעט א פאסאזשיר, צו מאכן פלאץ פאר א יונייטעד עירליינס ארבעטער.

בילד: לופטליניעס ווארפן זיך מער נישט מיט פאסאזשירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל