ניו יארק סיטי — אין די ניו יארקער פאליטישע קארידארן האט זיך אנטוויקלט ממש א פארמעסט צו זען ווער פון די פאליטישאנס שלאפט ווייניגער... מיר האבן שוין באריכטעט איבער דעם וואס ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא ווערט באשולדיגט אז ער כאפט א דרימל פון מער ווי א שעה, אויף א סאפע אין זיין אפיס, אנשטאט טאן זיין ארבעט, אבער עס זעט נישט אויס אז דער סקאנדאל וועט אוועקגיין, און פילע באצייכענען עס שוין מיט א נאמען "דרימל-געיט", ווי גלייך ס'איז עפעס א פולקאם-אנטוויקלטער פאליטישער סקאנדאל.

מ'האט געהערט קאמענטארן פון אנדערע פאליטישאנס איבער דעם דעבלאזיא-דרימל סקאנדאל, און ספעציפיש פון דעבלאזיא'ס האסער, ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו, וועלכער האט געזאגט אז ער דרימלט נישט אין דער ארבעט, און בכלל קען ער נישט דרימלען. "מיין מאמע פלעגט זיך נאך אפרעדן אז איך קען נישט כאפן קיין דרימל" – האט קאומא געזאגט. סיטי קאונסיל ספיקער וויוועריטא האט געזאגט זי דרימלט אפשר איין אמאל זיצנדיגערהייט, אבער קומט קיינמאל נישט אריין אין אפיס און זעצט זיך אוועק אויף א סאפע מיט'ן ציל צו כאפן א דרימל.

הפנים, ס'טוט זיך ערד און הימל, און א דרימל...

בילד: א קאנקורענץ איבער ווער עס שלאפט ווייניגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל