א פארצווייגטע אינטערנאציאנאלע אויספארשונג וועלכע איז דורכגעפירט געווארן דורך הונדערטער וויסנשאפטליכער ארום די וועלט פון איבער 60 לענדער איז געקומען צו א קלארע באהויפטונג אז די לעצטע יאר איז געווען דאס ווארימסטע יאר וואס די פלאנעט האט געזען אין הונדערטער יארן, און באשטעטיגט אז מען זעט א קלארע טרענד פון גלאבאלע אנווארמונג וועלכע שטעלט א קאנקרעטע געפאר פאר די ערד׳ס ציוויליזאציע.

דאס איז באזירט אויף רעקארדס פון קלימאט וואס מען האט שוין פאר 137 יאר, און אזוי אויך באווייזן לויט וועלכע מען קען שאצן די קלימאט צוריק מיט הונדערטער יארן. די באריכט זאגט אויך אז לופט פארפעסטיגונג איבער די גאנצע פלאנעט גרייכט געפארפולע שטאפלן, און גייט ארויף דראסטישע פון יאר צו יאר, א זאך וועלכע קומט פון מענטשליכע אקטיוויטעטן ווי אגריקולטור און אידנוסטריעלע אפפאל.

אזוי אויך איז די ים שטאפל היינט מיט ארום 3.25 אינטשעס העכער ווי אין 1993, א זאך וואס האט שוין געברענגט דערצו אז פילע געגענטער אין די וועלט זענען מער נישט באוואוינבאר, און אויב האלט עס אן קען עס באדרויערן פילע גרויסע שטעט איבער די וועלט.

די שטודיע איז אין איינקלאנג מיט א ענליכע שטודיע וועלכע די פעדעראלע רעגירונג האט צוזאמענגעשטעלט פאר היי-יאר, און לויט באריכטן טוען געוויסע אין די טראמפ אדמינסטראציע לייגן דרוק אז עס זאל נישט פארעפנטליכט ווערן. פרעזידענט טראמפ האט אין די פארגאנגענהייט עטליכע מאל אוועקגעמאכט גלאבאלע אנווארמונג און עס איינמאל אנגערופן א ״כינעזער קאנספיראציע״.

בילד: 2016 איז געווען דאס ווארימסטע יאר אין די וועלטס געשיכטע

דאטא: 2016 איז געווען דאס ווארימסטע יאר אין די וועלטס געשיכטע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל