א אומבאוואפנטער רוסישער דשעט איז נעכטן נאכט אריבערגעפלויגן וואשינגטאן העכערן פענטאגאן און די מיליטערישע ׳ענדרוס׳ באזע. די פליגער איז געפלויגן גאר נידריג אבער עס איז נישט קיין מיליטערישע פארלעצונג וויבאלד עס איז דא פארשטענדעניש צווישן אמעריקע און רוסלאנד אז די צוויי ארמייען זענען ערלויבט צו באאבאכטן איינער דעם צווייטן, דאס איז אונטער א אינטערנאציאנעלע פארשטענדעניש פון 34 לענדער וועלכע ערלויבן איינער דעם צווייטן צו דורכפירן לופט אבזארוואציעס, און אמעריקע און רוסלאנד זענען אנגעשלאסן דערין.

אבער טראץ דעם וואס עס איז נישט קיין פארלעצונג פון א מיליטערישע שטאנדפונקט אדער אינטערנאציאנאלע געזעץ און איז נישט קיין זעלטענע זאך אז מען זאל פאקטיש דורכפירן אבזערוואציעס איינער קעגן דעם אנדערן, האלטן עקספערטן אז דאס קומט ווארשיינליך אלס מעסעדש נאכדעם וואס אמעריקע האט געלייגט פרישע סאנקציעס קעגן רוסלאנד.

די מיסיע איז דורכגעפירט געווארן לויט די פארשריפטן און איז באשטעטיגט געווארן פון פריער דורך די אמעריקאנער ארמיי, און האבן שפעטער אין טאג דורכגעפירט נאך אזא אבזערוואציע רייזע העכער דעם רעזארט ארט אין בעדמינסטער ניו דשערזי ווי פרעזידענט טראמפ האלט זיך אויף.

זעה ווידיא

בילד: רוסישע מיליטערישע פליגער פליט אריבער דעם פענטאגאן געביידע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל