דער פרעזידענט - וועלכער געפונט זיך יעצט אויף וואקאציע - איז פארביטערט צוליב די שטייטע אנטוויקלונג פון זיינע אמביציעס צו רעפארמירן אבאמאקעיר און שטייערן, און זיין לעצטע ציהל-ברעט אויף וועמען ער לייגט אן די שולד איז דער רעפובליקאנער פירער אין סענאט מיטש מעקאנעל, טראצדעם וואס ער האט געקעמפט און געארבעט גאר שטארק צו דורכפירן די אבאמאקעיר רעפארם, דער פרעזידענט האט שוין עטליכע מאל אראפגעריסן די רעפובליקאנער אין סענאט, אבער יעצט ציהלט ער זיינע אטאקעס דירעקט קעגן מ׳קאנעל.

היינט האט דער פרעזידענט ווידער קריטיקירט מ׳קאנעל אויף טוויטער שרייבנדיג ״עס איז אומגלויבליך אז מ׳קאנעל וואס שרייט שוין 7 יאר אז מען דארף אויפלעזן אבאמאקעיר קען עס נישט דורכפירן״ און דערמיט אנגעלייגט די שולד אויף מ׳קאנעל פערזענליך, דאס קומט א טאג נאכדעם וואס מ׳קאנעל האט געזאגט אז דער פרעזידענט האט געלייגט ״אומרעאליסטישע ערווארטונגען״ אויף קאנגרעס און סענאט און נישט געגעבן די נויטיגע צייט פאר א נארמאלע דעמאקראטישע פראצעדור.

דער פרעזידענט האט דאן נאכאמאל געשיקט א טוויט אין וועלכע ער רופט פאר׳ן פירער זיך צו ״נעמען צו די ארבעט״, דאס ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע האקעבי סאנדערס האט באשטעטיגט אז דער פרעזידענט איז אנטוישט אין מ׳קאנעל.

טוויט: עס איז אומגלויבליך אז מ׳קאנעל וואס שרייט שוין 7 יאר אז מען דארף אויפלעזן אבאמאקעיר קען עס נישט דורכפירן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל