אין די לעצטע טעג האט זיך צוריק אנטוויקלט א עפנטליע דיסקוסיע אין וואשינגטאן איבער די צושטאנד פון די לאנג פארצויגענע קריג אין אפגאניסטאן, דאס קומט נאכדעם וואס צווישן דאס ווייסע הויז און די פענטאגאן איז אנטשטאנען א שטיקל ריס נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ טוט דערווייל זיך אנטזאגט פון נאכקומען די פארלאנגען פון גענעראל ניקאלסאן, דער הויפט קאמאנדיר אין אפגאניסטאן, וועלכע פארלאנגט אז מען זאל שיקן נאך נאך טרופן.

אין די לעצטע יארן האבן טאליבאנער און אנדערע עקסטרעמע גרופעס איינגענומען פולע טאראטאריעס וועלכע זענען שוין געווען אין די הענט פון די אמעריקאנער געשטיצטע רעגירונג, און טיילן פון זיי ווערן קאנטראלירט דורך לאקאלע פיליאלעס פון אל קאידע און די איסלאמישע שטאט. פרעזידעט טראמפ האט פארשפראכן אז ווען ער קומט אריין אין אמט ווען מען באלד אנהייבן געווינען און געווינען, נאך א פארשפרעכונג וועלכע פארזוימט זיך דערווייל.

דאס ווייסע הויז זוכט אין די לעצטע טעג אלטערנאטיווען אנשטאט שיקן נאך טרופן, א זאך וועלע נעמט נישט אויס גוט ביי די אמעריקאנער באפעלקערונג, אבער סאנאטאר דשאן מ׳קעין, א לאנג יעריגע קריטיקירער פון די אבאמא פאליסי אין אפגאניסטאן זוכט צו פארשלאגן זיין אייגענע פלאן פאר געווינס.

דער סענאטאר האט געזאגט אז ״די אבאמא פאליסי פון זיין קאנצעטרירט אויף נישט פארלירן ארבייט נישט״ און מען דארף האבן א סטראטעגיע פון געווינס, און האט אויך קריטיקירט פרעזידענט טראמפ פאר׳ן נישט געבן די נויטיגע שטיצע פאר די זעלנער וואס קעמפן דארט. סענאטאר מ׳קעין שלאגט פאר צו שיקן מער ספעציאליסטן און קאנטער-טעראריזם איינהייטן וועלכע זאלן מושטירן די ארטיגע אגענטורן, און גלייכצייטיג העכערן די אנוועזנהייט פון די עיר פארס, די פארשלאגן פון סענאטאר מ׳קעין וועלן ארויפקומען פאר אן אפשטימונג אין סענאט נאכדעם וואס מען קערט זיך אום פון אורלויב.

בילד: סענאטאר דשאן מ׳קעין שטעלט פאר אייגענע פלאן איבער אפגאניסטאן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל