א פעדעראלע ריכטער האט פאראדנט די סטעיט דעפארטמענט צו זוכן פאר יעדע אימעיל פון די געוועזענע סעקערטערי אף סטעיט קלינטאן וועלכע קענען זיין רעלעוואנט צו די געשיכטע פון די טעראר אטאקע אין בענגאזי אין וועלכע צוויי אמעריקאנער דיפלאמאטן זענען אומגעקומען, דער ריכטער אמיט מעכטא איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא, און שרייבט אין זיין אורטייל אז די אימעילס דארפן ווערן פארעפנטליכט פאר די פאבליק.

די אורטייל קומט נאכדעם וואס א קאנסערוואטיווע וואטשדאג גרופע האט איינגערייכט א לאוסוט צו צווינגען די סטעיט דעפארטמענט צו ארויסגעבן אלע אימעילס וועלכע זענען פארבינדען צו די אינצידענט, דאס קומט צוליב א באשולדיגונג אז קלינטאן האט מיטגעטיילט סענסעטיווע אינפארמאציע מיט אירע פערעזענליכע געהילפן און פאליטישע ראטגעבער.

דער ריכטער האט געגעבן א דעד-ליין פאר די סטעיט דעפארטמענט ביז סעפטעמבער 22 ווען די סטיעט דעפארטמענט וועט דארפן ברענגען א באריכט איבער פארשריט. די סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז עס זענען נישט דא מער אימעילס אבער די גרופע פארלאנגט אז מען זאל אויך נאכזוכן נאך סערווערס.

בילד: פעדעראלע ריכטער פארארדנט סטעיט דעפארטעמנט צו איבערגעבן מער קלינטאן אימעילס איבער בענגאזי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל