בילד: האלב פון רעפובליקאנער וויילער וואלטן געשטיצט נישט צו אפהאלטן וואלן אין 2020
קריטיקירער פון פרעזידענט טראמפ טוען נאכאנאנד אים אראפמאלן אלס א געפאר צו דעמאקראטיע און צייגן אן אז די פערעזנליכע פארגלייבטקייט פון זיינע שטיצער גרעניצט זיך מיט טאטעלאריאניזם, און ווייזן אן אויף די פאקט אז פרעזידענט טראמפ קען פארקויפן פאר זיינע בלינדע שטיצער אייגן פאבריצירטע פאקטן וועלכע שטימען נישט מיט די רעאליטעט און מען קויפט עס.

א פראפעסאר אין ״ישיבה יוניווערסיטי״ האט דורכגעפירט א סורוועי אין וועלכע ער האט אויסגעפרעגט רעפובליקאנער די פאלגנדע פראגע ״אויב פרעזידענט טראמפ זאגט אז מען דארף אפשטופן די וואלן פון 2020 צו וואלסטו עס געשטיצט״ און א איבעראשנדע צאל פון 52% פון רעפובליקאנער וויילער האבן געזאגט אז זיי וואלטן עס געשטיצט, טראצדעם וואס עס גייט קעגן די קאנסטיטוציע און קעגן פרינציפן פון דעמאקראטיע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל