אין ארץ ישראל טוען די רבנים דיסקוטירן די מעגליכקייט אז די כשר׳ע שחיטות זאלן אנהייבן נוצן א נייע סארט הינדל, און עס ווערט העפטיג דיסוקטירט די שאלה פון מסורה, און אויב מען קען עס אנהייבן נוצן אין די כשר׳ע שחיטה פראדוקציע.

עס האנדלט זיך פון א הינדל וועלכע רופט זיך ״בראקעל״ די בראקעל פאמיליע איז א ראסע פון גאר שיינע הינער מיט א מאיעסטעטישע אויסקוק וועלכע שטאמען פון בעלגיע און האלאנד און ווערט מיינסטנס גענוצט פאר זייערע אייער וויבאלד די פלייש איז נישט אזוי פראקטיש צום באנוץ ווי די געווענליכע הינער (זי איז א ביינערדיגע עוף און פארמאגט ווייניגער פעטנס).

אצינד האט זיך געמאכט א באוועגונג צווישן מחמירים בכשרות צו אריינברענגען די בארקעל הינער וויבאלד זייער גענעטישע צוזאמענשטעל איז מער נאטורליך, און די געווענליכע הינער ווערן היינט טיילמאל אייגעשפריצט מיט גענען פון אנדערע עופות, א זאך וואס קען מעגליך אויפברענגען א שאלה אז עס טוישט די סארט האן און דעריבער פארלירט עס די חזקת כשרות.

אבער די פארשלאג פון זיך באנוצן מיט די בראקעל הינער האט אויפגעברענגט די שאלה פון ״מסורה״ נעמליך אז יעדער עוף מוז האבן א מסורה אז מען האט זיך אייביג באנוצט מיט איר און אז זי האט א חזקת כשרות, הגאון רבי משה שטערנבוך שליט״א דער ראב״ד פון די עדה החרדית האט דערווייל פארבאטן פאר די עדה החרדית עס צו נוצן ביז עס ווערט קלארגעשטעלט א מסורה. אנדערע בתי דינים האבן אנגענומען די עדות פון שוחטים אין טערקיי וועלכע זאגן אז די עוף ווערט שוין באנוצט דורך אידן אין טערקיי און אין טוניס פאר הונדערטער יארן.

Image Alternative Text

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל