מאנהעטן - ניו יארק סיטי פאליטיק קאכט זיך מיט א סקאנדאל איבער שלאף... דער ״ניו יארק פאוסט״ האט געמאכט א גאנצן שטורעם מיט אן אויפדעקונג אז יעדן טאג נאכדעם וואס מעיאר ביל דעבלאזיא ענדיגט מאכן איבונגען, גייט ער צו זיין אפיס אין ״סיטי האל״ און אנשטאט אנהייבן זיין ארבעטס-טאג, לייגט ער זיך אראפ פאר א דרימל פון מער ווי א שטונדע, וואס דאן ווערט שוין נענטער צו צוויי אזייגער נאכמיטאג און דאס באדייט אז דער מעיאר טוט קוים פאקטישע ארבעט. דעבלאזיא׳ס קעגנער אין די מעיאר וואלן קומענדיגן יאר האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די באריכטן, אז דאס צייגט אז דעבלאזיא איז א פוילער און זוכט נישט אויפצוטאן פאר דער סיטי. ניקאל מאליאטאקיס, איינער פון דעבלאזיא׳ס רעפובליקאנער קעגנער, האט גאר פארוואנדלט דעם סקאנדאל אין א צירקוס, ביים נאכלויפן דעם מעיאר היינט אינדערפרי מיט א ״רעדבול״ ענערגיע געטראנק, אנבאטנדיג אז דער מעיאר זאל עס טרינקען, וועט ער מער נישט זיין אזוי מיד...

בילד: פרישע סקאנדאל מיט דעבלאזיא׳ס שלאף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל