וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ איז געפערליך ברוגז אויפן "ניו יארק טיימס". דאס איז נישט קיין נייע זאך, און ער באצייכנט זיי שוין לאנג אלס "די פעילינג (דורכגעפאלענע) ניו יארק טיימס", אבער היינטיגע וואך האט זיין אויפברויז זיך באנייט, ווען דער טיימס האט פובליצירט א לענגערן ארטיקל אין וועלכע זיי האבן נאכגעברענגט פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער וועלכע קלערן צו לויפן קעגן טראמפ אין יאר 020', אריינגערעכנט זיין אייגענער וויצע פרעזידענט מייק פענס. טראמפ האט רעאגירט אויף טוויטער, שרייבנדיג "ווילאנג נאך וועט דער ניו יארק טיימס, מיט זייערע דורכפעלער און גרויסע פארלוסטן, פארבלייבן אין ביזנעס?". דער טיימס האט דירעקט רעאגירט צו טראמפ'ס אטאקע אויף טוויטער, שרייבנדיג אז "דאס איז נישט גערעכט, ווייל מיר האבן מער סובסקרייבערס ווי סיי ווען, 3.3 מיליאן באצאלטע אנליין סובסקרייבערס, און מיר וואקסן נאר", צולייגנדיג "און אגב, מיר האבן גערעדט צו מער ווי 75 רעפובליקאנער איבער די געשיכטע, און מיר האלטן זיך ביי אונזערס".

בילד: ניו יארק טיימס, "פעילינג" אדער נישט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל