נארט קארעא האט היינט מיטוואך דערקלערט אז זי נעמט ערנסט אין באטראכט צו דורכפירן א מיסיל אטאקע אויף די אמעריקאנער טעראטאריע גואם, אן אינזל אין די פאסיפישער ים ווי עס וואוינען ארום 160,000 אמעריקאנער בירגער, און אמעריקע האלט דארט אויף א אקטיווע מיליטערישע באזע, די סטעיטמענט איז געמאכט געווארן דורך די ווארטזאגער פון די נארט קארעאר ארמיי אויף די אפיציעלע רעגירונגס טעלעוויזיע אין לאנד.

דאס איז געקומען אלס רעאקציע צו די ווארנונג וועלכע פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ארויסגעשטעלט אין וועלכע ער האט געזאגט אז אויב נארט קארעא וועט אנהאלטן אירע סטראשעריי קעגן אמעריקע דאן וועלן זיי ווערן באמבאדירט מיט פייער און מאכט ״אויף א פארנעם וואס די וועלט האט נאכנישט געזען״, די ווארנונג פון נארט קארעא איז דעריבער א דאפלטע פראוואקאציע.

די פלוצלונגע פארשארפערונג האט זיך אנגעהויבן נעכטן ווען עס איז באקאנט געווארן אז נארט קארעא פארמאגט שוין אייגנליך פולשטענדיגע נוקלעארע מעגליכקייטן, א זאך וואס האט געברענגט די שארפע ווארנונג פון פרעזידעט טראמפ, היינט אינדערפרי האט זיך אנגעזען א נידערונג אין די פינאנציעלע מארקעטס צוליב זארג פאר א נוקלעארע קריג.

אמעריקאנער באאמטע האט אוועקגעמאכט די סטראשעריי און געזאגט אז אמעריקע וועט נישט ווערן אריינגעשלעפט אין א רונדע פון סטראשעריי און רעטאריק, דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט האט אראפגעשפילט די סיטואציע און דערקלערט אז ״אמעריקאנער קענען ווייטער שלאפן רואיג ביינאכט״ און אז קומט נישט פאר קיין דראסטישע טויש אין די סיטואציע, אבער פונעם פארטיידיגונג סעקערטאר דשים מעטיס האט מען יא געהערט שארפע ווערטער און א קלארע דראאונג אז אמעריקע איז גרייט צו אטאקירן נארט קארעא.

קריזיס ארום נארט קארעא פארשארפערט: נארט קארעא סטראשעט צו באמבאדירן אמעריקאנער טעראטאריע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל