פראנצויזישע פאליציי האבן געשאסן און ארעסטירט א פארשוין וועלכער איז פארדעכטיגט אין אריינטרייבן א שנעל פארנדע אויטא אין א גרופע סאלדאטן אין א פארשטאט פון פאריז, עס איז נישט קלאר וואס זיינע מאטיווען זענען געווען, אבער פאליציי האט באשטעטיגט אז עס איז געווען א אויסגערעכנטע אטאקע און נישט קיין עקסידענט, ער האט געצילט צו מאכן די מאקסימום שאדן און דאן אפגעפארן פון דארט מיט א שנעלקייט.
דער אטאקירער האט געצילט א פונקט פארנט פון מיליטערישע קווארטירן ווי עס ווירבלט מיט סאלדאטן, און האט אריינגעשמיסן די סאלדאטן אין א דערנעבנדיגע ווען, 6 סאלדאטן זענען פארוואונדעט געווארן, 3 פון זיי אין א ערנסטע צושטאנד. די סאלדאטן האבן פארוואונדעטערהייט געעפנט א געיעג נאך דעם אטאקירער און האבן אויסעשאסן זיין פאדערשטע פענסטער מיט קוילן.
דער פארשוין האט באוויזן זיך צו ארויסדרייען פון די סאלדאטן און א מאסיווע זוך אפעראציע האט זיך אנגעהויבן און צענטראלע שאסייען זענען געווארן אפגעשטעלט, און נאך א קורצע צייט האבן פאליציי ארומגערינגלט די שווארצע בי-עם-וו אויטא, אין די שיסעריי איז איין פאליציאנט פארוואונדעט געווארן, און דער אטאקירער איז ארעסטירט געווארן נאכ׳ן ווערן שווער פארוואונדעט פון די פאליצייאישע קוילן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה