וואשינגטאן - די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן אריינגעגעבן דאקומענטן צום סופרים קאורט, אין וועלכע זיי שרייבן אז די טראמפ אדמיניסטראציע שטיצט די רעגירונג פון דער סטעיט אהייא וועלכע פירן א קאמף איבער וואל רעגיסטראציע. אהייא, א רעפובליקאנער-קאנטראלירטע סטעיט, האט עטליכע יאר צוריק באשטעטיגט א געזעץ אז וויילער וועלכע נעמען נישט אקטיוו אנטייל אין וואלן וועלן אויטאמאטיש ווערן פארמעקט פון די רעגיסטראציע ליסטעס. די אבאמא אדמיניסטראציע איז דאן געגאנגען צו א פעדעראלן דיסטריקט געריכט און גע׳טענה׳ט אז אהייא׳ס געזעץ פארלעצט דאס ״נאציאנאלע וויילער רעגיסטראציע״ געזעץ, וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 993׳, צו מאכן גרינגער זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען, און אויך אז אהייא׳ס געזעץ איז דיסקרימינאטיוו, ווייל קראנקע און מינאריטעטן וועלן ענדערש האבן שוועריגקייטן פאקטיש אנטיילצונעמען ביי וואלן. דער דיסטריקט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר דער אבאמא אדמיניסטראציע; אצינד האט אהייא אריינגעפירט דעם קעיס צום סופרים קאורט, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט געטוישט די פעדעראלע רעגירונג׳ס פאזיציע און וועט שטיצן אהייא אינעם קעיס.

בילד: רעגירונג פאזיציע-טויש איבער אהייא וואל געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל