ניו יארק - פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק האבן נעכטן געמאלדן אז זיי ציען צוריק פון קרימינאלע פינאנציעלע אנקלאגעס קעגן א וואל סטריט אינוועסטירער, וואס דאס איז שוין די צווייטע מאל אין בלויז 3 וואכן וואס די פראקורארן אנולירן קעיסעס קעגן מיליאנערן אויף וואל סטריט און אין דער באנק אינדוסטריע. דער קעיס וואס איז נעכטן ארויסגעווארפן געווארן איז געווען קעגן בענדזשעמין וועי (Benjamin Wey), וועלכער איז באשולדיגט געווארן אין גרינדן פאלשע ביזנעסער און דורך די ביזנעסער אנפירן א מאסיוון שווינדל צו מאניפולירן געוויסע סטאקס און אפקויפן די סטאקס ווען זיי זענען געשטיגן צו אסטראנאמישע ווערדן. די פראקורארן זענען געווען געצוואונגען ארויסצואווארפן די קעיס, נאכדעם וואס א ריכטער האט דערקלערט אז זיי וועלן נישט קענען נוצן א הויפן באווייזן קעגן וועי, ווייל זיי האבן געשאפן די באווייזן אין א זוכעניש אין זיין היים וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אומלעגאל. דער אנדערער קעיס וואס די פראקורארן האבן לעצטנס ארויסגעווארפן, איז געווען קלאגעס קעגן 2 דזשעי-פי מארגען באנקירן.

בילד: בענדזשעמין וועי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל