פוילן — די אינטערנאציאנאלע מידיא האט באריכטעט איבער אן אינטערעסאנטע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט אין א שטעטל אין פוילן, וואו עס איז פארגעקומען א אידישע חתונה, אבער אן דעם וואס אפילו איין איד זאל זיך דארטן באטייליגן. די סימבאלישע אידישע חתונה פארשטעלונג איז פארגעקומען אין ראדזאנוב, א שטעטל נישט ווייט פונעם הויפטשטאט ווארשא, וואס אינעם שטעטל האט בעפאר'ן קריג עקזיסטירט א קליינע אידישע געמיינדע. ביים פארשטעלונג האבן זיך איינוואוינער פארזאמלט און פארשטעלט ווי אידן, מענער און פרויען, און האבן געפראוועט א חופה און נאכגעמאכט אלע מנהגים וואס מ'טוט ביי א געווענליכע אידישע חתונה. די ערקלערונג וואס די לאקאלע איינוואוינער האבן געגעבן, ווי מען האט עס געהערט שילדערן פון עטליכע גאר פארעלטערטע איינוואוינער אין ראדזאנוב, איז געווען אז מען בענקט זיך צו די אידן, פשוט און גראד. דאס איז עפעס וואס מען הערט מער און מער אין קליינע שטעטלעך לענגאויס פוילן, וואו די איינוואוינער בענקען זיך צוריק צו די אריגינעלע סצענעס און פארזאמלונגען וואס זיי פלעגן זען ווען אידישקייט האט געבליעט אין פוילן בעפאר'ן קריג. אין ראדזאנוב עקזיסטירט נאך דער אמאליגער קליינער שוהל, וואס האט וואונדערליך איבערגעלעבט די נאצישע יארן, און ארטיגע איינוואוינער ווילן עס אויפרעכטן.

בילד: א אידישע חתונה אן קיין אידן - 1

בילד: א אידישע חתונה אן קיין אידן - 2

בילד: א אידישע חתונה אן קיין אידן - 3




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל