פלארידע — אידן אין פילע שטעט אין אמעריקע ליידן פון פראבלעמען מיט זאונינג געזעצן און לעגאלע צוימונגען צו קענען בויען פרישע הייזער און זיך אויסברייטערן, און אינעם ווייטן באקא ראטאן, א שטאט אין פלארידע וואו עס וואוינען גאר א סאך אידישע פאמיליעס, ליידט מען אויך פונעם זעלבן פראבלעם, און דארטן אנטוויקלט זיך אן אינטערעסאנטער קעיס. די ארטיגע ליובאוויטשער געמיינדע וויל אוועקשטעלן א גרויסן צענטער, וועלכע וועט פארמאגן א בית המדרש, א פאלקס-קיך און פילע אנדערע איינריכטונגען, אבער לויט די ביז יעצטיגע זאונינג געזעצן האט זי דאס נישט געקענט בויען, וואס דעריבער האבן זיי אונטערגענומען שתדלנות און עס איז געלונגען צו פועל'ן ביי די לאקאלע מוניציפאלע באאמטע צו טוישן די זאונינג געזעצן. למעשה האט דאס אויפגעוועקט בייז בלוט ביי אנטי-וואוקס אקטיוויסטן און ליידער ביי פרייע אידן, וועלכע זענען געלאפן אין געריכט מיט פרואוון צו בלאקירן דאס בויען דעם אידישן צענטער, מיט דער טענה אז וויבאלד די מוניציפאליטעט האט געטוישט די זאונינג געזעצן דוקא מיט'ן ציל צו קענען לאזן א אידישע געביידע ווערן געבויעט, באדייט דאס א פארלעצונג פונעם ערשטן אמענדמענט וואס ערלויבט נישט אויסצומישן רעגירונג און רעליגיע. אלען דערשאוויץ, דער באקאנטער לאיער, זאגט אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער הערט אזא מאדנע באנוץ פונעם "ערשטן אמענדמענט", און די ארטיגע אידישע געמיינדע איז גרייט צו באקעמפן די זאך אין געריכט, וואס ס'האלט יעצט אין פעדעראלן אפעלאט געריכט.

בילד: זאונינג געפעכט קעגן באקא ראטאן אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל