נייראבי – בירגער אין קעניע גרייטן זיך פאר מעגליכע מאסיווע אומרוען און ראיאטן, נאכדעם וואס די הויפט אפאזיציע פארטייען אין לאנד זענען ארויסגעקומען מיט באשולדיגונגען אז די פרעזידענט וואלן וועלכע זענען דארטן אפגעהאלטן געווארן דינסטאג זענען געפעלשט געווארן, דורכדעם וואס העקערס האבן אריינגעהעקט אין די וואל מאשינען און געטוישט די ציפערן. די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן אונטער גרויס אנגעצויגנקייט, וואו עס איז געלאפן דער אמטירנדער פרעזידענט אוהורו קעניאטא פאר ווידערוויילונג און זיין הויפט קעגנער איז געווען ראילא אודינגא, וועמענס שטיצער האבן באשולדיגט אז קעניאטא פירט זיך אויף ווי א דיקטאטור. ווען די וואלן זענען למעשה געציילט געווארן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז קעניאטא האט באקומען 54.4 פראצענט און אודינגא האט באקומען 44.8 פראצענט, און קעניאטא איז דערקלערט געווארן דער געווינער. אודינגא'ס שטיצער פארלאנגען אז מען זאל אויספארשן העקערייען אויף די וואל מאשינען, און מאסיווע פראטעסטן האבן זיך שוין אנגעהויבן פארמירן אין די גאסן, וואו אודינגא'ס שטיצער זענען ארויסגעקומען מיט האלצערנע שטעקענעס און געסטראשעט מיט ראיאטן. געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא, וועמענס פאטער איז געווען א קעניער בירגער, האט אין א סטעיטמענט אפעלירט צו אלע קעניער בירגער פאר רואיגקייט.

בילד: קעניע גרייט זיך פאר מאסיווע אומרוען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל