וואשינגטאן – די דיפלאמאטישע באציאונגען צווישן אמעריקע און קובא, וועלכע זענען בלויז 2 יאר אלט זינט פרעזידענט אבאמא האט עס באנייעט, זענען נעכטן געווארן פריש אנגעצויגן, נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעווארפן צוויי קובאנער דיפלאמאטן איבער א סעריע מאדנע אטאקעס וואס זענען דורכגעפירט געווארן אויף עטליכע אמעריקאנער דיפלאמאטן אינעם קובאנער הויפטשטאט האוואנא. די מאדנע אטאקעס האבן זיך שוין אנגעהויבן מיט כמעט א יאר צוריק, ווען עטליכע אמעריקאנער דיפלאמאטן אין האוואנא האבן אנגעהויבן ליידן הער-קראפט פארלוסטן, און עטליכע פון זיי האבן אזוי שטארק געליטן, אז זיי האבן זיך געמוזט צוריקקערן קיין אמעריקע פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג. ארויסגעשטעלט האט זיך נאך א קורצע אויספארשונג אז די פארלוסטן פון דער הער-קראפט איז געקומען פון א געהיימע "סאניק" וואפן וועלכע גיט אזוי גאר שטארקע שטראלן אז עס פארטויבט דעם מענטש אן דעם וואס מ'זאל אפילו הערן א הויכן גערודער. אמעריקאנער רעגירונג באאמטע באשולדיגן אפיציעל קובא אין די סאניק אטאקעס, אבער פארשן די מעגליכקייט אז רוסישע אגענטן אין קובא זענען געשטאנען אונטער דעם.

בילד: אמעריקע פארשיקט קובאנער דיפלאמאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל