וואשינגטאן – עטליכע וועלט'ס לענדער האבן אויסגעדרוקט זארג און אנגסט איבער דער פארשארפטער רעטאריק צווישן די פאראייניגטע שטאטן און די קאמוניסטישע צפון קארעא, זאגנדיג אז דאס קען עווענטועל פירן צו א מיליטערישן געפעכט און קיינער זוכט דאס נישט. צווישן די לענדער וועלכע האבן געזאגט אז פרעזידענט טראמפ מוז זיך צוריקהאלטן פון באמבאסטישע סטראשונקעס, זענען געווען אויסטראליע, דייטשלאנד און די פירער פונעם אייראפעאישן פאראיין.

מען האט נעכטן אויך געהערט פונעם אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, אין א מעסעדזש וואו ער האט פרובירט צו בארואיגן די געמיטער פון אמעריקאנער בירגער, און אפשטעלן דעם מארש צו א פולקאמער קריג, זאגנדיג אז ער "גלייבט נישט אז ס'איז דא סיי וועלכע עכטע געפאר פון צפון קארעא, און אמעריקאנער בירגער זאלן שלאפן רואיג און ווייטער אנגיין מיט זייער טאג טעגליכן לעבן".

צפון קארעא האט אבער יא אנגעהאלטן אירע סטראשונקעס נעכטן, זאגנדיג אז זיי וועלן ענדיגן פלאנירן די אטאקע אויפ'ן אמעריקאנער אינזל גואם, וואו עס וואוינען טויזנטער אמעריקאנער בירגער און עס זענען סטאנציאנירט זעקס טויזנט אמעריקאנער זעלנער, אין די קומענדיגע צוויי וואכן, און דערנאך וועלן זיי פרעזענטירן די פלענער פאר זייער פירער און ווארטן אויף זיין פארארדענונג דורכצופירן די אטאקע.

בילד: וועלט באזארגט איבער מעגליכע מיליטערישע געפעכט איבער צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל