די טראמפ אדמיניסטראציע האט היינט ארויפגעלייגט פרישע סאנקציעס אויף אכט אינדיווידועלן אין ווענעזועלכע וועלכע זענען פארבינדן צו די דיקטאטורישע מאדורא רעזשים, אריינגערעכנט דער ברודער פונעם פארשטארבענעם פירע הוגא שאוועז. די סאנקציעס זענען א שטראף פאר די גרינדונג פון א נייע לעגיסלאטיווע קערפערשאפט וואס ווערט באטראכט דורך די וועלט אלס אומדעמאקראטיש און דינט בלויז די מאדורא רעזשים. אונטער די פרישע סאנקציעס וועלן אלע זייערע באנק קאנטעס און פארמעגנס אין אמעריקע ווערן איינגעפרוירן, און זיי וועלן נישט ווערן ערלויבט צו קומען קיין אמעריקע אדער מאכן געשעפטן מיט אמעריקאנער בירגער און ביזנעסער.

בילד: אמעריקע לייגט פרישע סאנקציעס אויף ווענעזועלע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל