אין א פרואוו צו אויפלעבן איר טוריזם אינדוסטרי האט קאטאר געמאלדן אז זי נעמט אראפ די פארלאנג פאר א וויזע פאר די בירגער פון ארום 80 לענדער, דאס נעמט אריין אלע אייראפעישע לענדער, און אזוי אויך אמעריקאנער, קאנאדישע, און נאך. מען קען פון היינט אן קומען אן א וויזע און זיך אויפהאלטן דארט ביז 90 טעג. דאס קומט אין ליכט פון די באיאקאט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף איר דורך אירע אראבישע שכנים, א זאך וואס האט שווער באטראפן איר עקאנאמיע און ספעציעל איר טוריזם אינדוסטרי.
הוסף רשומת תגובה