בילד: יהושע דובראַווסקי ז"ל
פאַרוואָס האָסטו מיר פיינט?

תשעה באב'דיקע מחשבות וועגן שנאת חנם און פּאַרטייאישע מחלוקת'ן

יהושע דובראַווסקי ז"ל

חז”ל זאָגן, אַז דער צווייטער בית-המקדש איז חרוב געוואָרן צוליב דעם וואָס צווישן די אידן האָט געהערשט “שנאת חינם” - אַ פיינטשאַפט צווישן אידן, וואָס האָט נישט געהאַט קיין סיבה.

וואָס איז אָבער דער באַגריף פון “שנאת חינם”? מיינט עס אַ שנאה, וואָס קומט נישט צוליב עפּעס אַן אָפּגעטוענעם היזק, אַ פיזישן ווייטאג, אָדער אַ גייסטיקן ווייטאג אָדער פאַרשעמונג, באַליידיגונג אד”ג; אָבער די שנאה איז יאָ באַזירט אויפן געפיל פון קנאה, אייפערזוכט - און דאָס הייסט “אומזיסטע פיינטשאַפט”, אַ שנאה אָן אַ מאָטיוו פון באַרעכטיקונג?

אָדער “שנאת חינם” שטעלט מיט זיך פאָר אַ טאָטאַל-אומזיסטע פיינטשאַפט, וואָס האָט נישט קיין שום סיבה. דער צווייטער האָט דעם שונא נישט פאַראורזאַכט קיין שום שאָדן - נישט פיזיש, נישט מאַטעריעל, נישט מאָראַליש; און נאָך מער: יענער שטעלט אויך נישט צו עפּעס אַזוינס וואָס קען אַרויסרופן קנאה. און פונדעסטוועגן האָט ער אים פיינט.

אין דערפאַרונג פון לעבן קען מען אַמאָל הערן ווי ראובן קלאָגט זיך אויף שמעונ'ען: איך ווייס גאָר נישט פאַרוואָס ער האָט מיך אַזוי פיינט? וואָס האָב איך אים געטאָן, וואָס ער האָט צו מיר אַ שנאה כבושה? נאָר פונדעסטוועגן קען מען מסתמא דערגראָבן זיך צו אַ שטיקל סיבה.

יעדנפאַלס געדענקט זיך מיר, אַז אין ספרים ווערט גערעדט וועגן ביידע אויבן געזאָגטע וועריעס פון שנאת-חינם. אָבער אויב מ’זאָל אָננעמען אַז שנאת חינם מיינט אַן אַבסאָלוט סיבהלאָזע שנאה, איז דאָך גלאַט שווער צו באַנעמען, פאַרוואָס זאָל אַ נאָרמאַלער מענטש ווערן באַהערשט פון אַזאַ אומנאָרמאַלן האַס? און אויב די מעשה איז, אַז ער איז טאַקע מענטאַליש נישט מיט אַלעמען - האָבן מיר דאָך אַ קלאָרן זאָג פון די חז”ל: “אטו בשופטני עסקינן?” - צי דען באַשעפטיקט מען זיך מיט אומנאָרמאַלע, מיט שוטים? עס האָט נישט קיין אָרט אין שכל צו זאָגן, אַז דער חורבן בית-המקדש און דער ביטערער און לאַנגער גלות איז געקומען צוליב דער שנאה פון אומלאָגישע האַסער.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין ווי שטימט דער מאמר חז”ל (יומא דף ט), אַז דער חורבן הבית איז געווען צוליב שנאת חינם, מיט אַ צווייטן מאמר חז”ל (גיטין פּרק הניזקין), אַז דער בית-המקדש איז חרוב געוואָרן צוליב דער פּאַסירונג פון קמצא און בר-קמצא, וואָרעם אויבן אויף האָט עס נישט צו טאָן מיט שנאת חינם?

אין קורצן איז פאָרגעקומען אַזאַ געשיכטע: אַ בעל-הבתישער איד האָט געמאַכט אַ סעודה, צו וועלכער ער האָט געוואָלט איינלאַדן זיין פריינט מיטן נאָמען ‘קמצא’ און זיין באַדינער האָט על-פּי-טעות פאַרבעטן זיינעם אַ שונא מיטן נאָמען ‘בר-קמצא’. אַז דער בעל-הבית האָט דערזען ביי זיין סעודה זיין שונא בר-קמצא, האָט ער אים פּראָסט-און-פּשוט משלח געווען, געזאָגט לויטן רוסישן לשון: “פּאָשאָל וואָן!” עס האָבן דערביי נישט געהאָלפן בר-קמצא'ס תחנונים, ער זאָל אים נישט פאַרשעמען און לאָזן בלייבן ביי דער סעודה; נישט געהאָלפן האָט אַפילו בר-קמצא'ס פאַרצווייפלטער שטייגנדיקער געלט-אָנבאָט, ביז צו באַצאָלן וויפל עס קאָסט די גאַנצע סעודה - דער בעל-הבית האָט אים אַרויסגעטריבן, און שוין! פון גרויס צאָרן און פאַרביטערונג, וואָס אויך די אָנוועזנדיקע חכמים אויף דער סעודה האָבן זיך נישט אָנגענומען פאַר אים - איז ער אַוועק און פאַר'מסר'ט פאַר דער רוימישער מאַכט אַז די אידן גרייטן אַ מרידה אַ ווידערשטאַנד קעגן רוים (וואָס האָט דעמאָלט געהערשט איבער ארץ-ישראל); און זיין מסירה האָט געבראַכט דעם חורבן פון ירושלים און פון גאַנץ ארץ-ישראל דורך די רוימער.

וואָס זעען מיר דאָ? - אַ געפערלעך-גרויליקע מסירה-האַנדלונג פון איין אידן אין רעזולטאַט פון זיין אויפגעשרויפטן האַס צוליב דער שענדלעכער באַליידיקונג מצד אַ צווייטן אידן. ווי עס זאָל נישט זיין, קען מען דעם מסור'ס האַס נישט באַצייכענען ווי שנאת חינם. מיט וואָס האָט די סקאַנדאַליעזע האַנדלונג פון ביידע אידן אַ שייכות צו שנאת חינם?

אַז מ’טראַכט זיך אַריין, זעט מען ווי די קורץ-געציילטע ווערטער פון די חז”ל זיינען זייער פונקליך, באַדייטפול און ‘זאָגן’ זייער אַ סך. זיי שפּיגלען אָפּ אַ גענויעם מוסטער פון “ריינעם” שנאת חינם, און זיי ווייזן, אַז די וואָרצלען פון חרב-מאַכנדיקן שנאת חינם ציען זיך נישט פון בר קמצאן, נאָר פונעם סעודה-מאַכער. ווען די חז”ל דערציילן מיט וואָס דער בעל-הבית האָט באַרעכטיקט זיין אייזערנעם ווילן אַרויסצואוואַרפן בר-קמצא'ן, ברענגען זיי זיינע ווערטער: “מכדי, ההוא גברא בעל דבבא דההוא גברא - מאי בעית הכא? קום פּוק!” - לאָמיר זען, יענער מאַן איז דאָך דער שונא פון דעם מאַן (געמיינט זיך אַליין) - איז וואָס טוסטו דאָ? נעם און גיי אַרויס!...

דאָס זיינען ווערטער, וואָס ווערן געזאָגט מיט פאַרשטשעמעטע ציין פון אייזיקער שנאה. אין זיין מאָטיווירן זיין אַרויסטרייב-אַקט איז נישט פארהאן קיין שום רמז, אַז בר-קמצא זאָל אים האָבן עפּעס שלעכטס געטאָן, געשעדיקט, באַליידיגט אד”ג. דאָס דערמאָנען עפּעס אַ פאַרזינדיקונג מצד בר-קמצא, וואָלט דאָך בעסער “געדעקט” די אַרויסטרייב-עוולה פאַר די צוזעהער. אויך איז נישטא פארהאן קיין סימן דערפון אין דער רעאַקציע פון בר-קמצאן. וואָלט ער זיך מיט עפּעס געווען פאַרזינדיקט קעגן דעם בעל-הבית, וואָלט ער געוויס געפּרואווט דאָ אויפן אָרט מיט אַלע כוחות דאָס צו פאַרריכטן מיט רייד, מיט געלט (נישט פאַר דער סעודה, נאָר פאַר די עוולות קעגן בעל-הבית). זיין אָנבאָט צו באַצאָלן פאַר דער גאַנצער סעודה ווייזט אויף אַ מצב פון פאַרצווייפלונג, פון לית-ברירה, פון איינעם וואָס שטייט קעגן אַ שטיינערנער וואַנט.

די ווערטער, אַז ער וואַרפט בר-קמצא'ן אַרויס נאָר ווייל ער איז זיינער אַ שונא באַטאָנען, אַז ס’איז נישט קיין זייטיגע סיבה צו דער שנאה; די סיבה איז די... שנאה גופא. אָבער ווי פאַרשטייט מען אַזאַ ‘אומזיסטע’ שנאה? אויב אָן אַ סיבה, איז אויף וואָס האַלט זי זיך? עפּעס אַ באַזע מוז זי דאָך פאַרמאָגן אונטער זיך!

לויט עניות דעתי קומט אויס, אַז איין סאָרט שנאת חינם שטעלט מיט זיך פאָר דאָס וואָס וואָלט געקענט באַצייכנט ווערן אויפן מאָדערנעם לשון ווי ‘פּאַרטייאישע שנאה’ אָדער ‘פּאָליטישע שנאה’. איינער האָט פיינט אַ צווייטן נישט צוליב עפּעס אַ קעגנזייטיקער פּערזענלעכער באַציאונג אָדער פאַרגלייך, נאָר ווייל יענער האָט אַן אַנדער שיטה און דרך אין לעבן; יענער געהערט צו אַן אַנדער פּאַרטיי און אים געפעלט אַן אַנדער אידייע.

זיינען דאָ אַזעלכע, וואָס זייענדיק זייער צוגעקאָכט צו זייער שיטה און פּאַרטיי, רופט עס ביי זיי אַרויס אַזאַ (כלומר'שט) ‘ערליך-פרומע’ באַציאונג צו זייער אידייעלאגיע, אַז זיי האָבן פיינט, און שטאַרק פיינט, יעדן איינעם וואָס איז געבונדן מיט אַ צווייטער שיטה.

הייסט עס, אַז די שנאה האָט נישט קיין שום סיבה אין די פּערזענלעכע באַציאונגען צווישן זיי, נאָר דאָ ווירקט זיך אויס די פּערזענלעכע ישות, עגאָ און גאות, וואָס דרינגט אַריין אין זיין אידייע, אַזוי ווייט, אַז דער צווייטער, וואָס האַלט נישט פון דער שיטה, איז אַ פּאַסקודנער מענטש - ער פילט, אַז וויבאַלד יענער איז קעגן דער שיטה, איז ער במילא קעגן אים פּערזענלעך.

און אַזאַ שנאת חינם, וואָס יענער האָט זיך פאַרדינט אינגאַנצן ‘אומזיסט’, אָן קיין פּערזענלעכער סיבה, איז אין אַ געוויסער מאָס קוואַליטאַטיוו ערגער ווי די אַנדערע סיבה'דיקע פיינטשאַפטן - וויבאַלד דאָ איז נישט פארהאן קיין סיבה, וועלכע מ’קען באַזייטיגן.

איז גאָר נישט אויסן וועג צו זאָגן, אַז אין אידישן סדר החיים פאַרן חורבן בית שני, האָט געהערשט אַזאַ צעשפּאָלטנקייט מצד פאַרשיידענע שיטות, וואָס האָט גורם געווען ביטערע מחלוקת'ן און אַ האַרטנעקיקע כמו-פּאַרטייאישע שנאת חינם צווישן אידן. און אַזוי אַרום לאָזט זיך משער זיין, אַז דער בעל-הבית פון דער סעודה איז געווען איינגעעקשנט אין זיין שיטה אַזוי ווייט, אַז ער האָט געהאַסט בר-קמצא'ן, וואָס איז געווען קעגנעריש צו דער שיטה.

און ס’איז זייער מעגלעך, אַז די שיטה פון בעל-הבית איז געווען אַ דערהויבן-גייסטיקע (און דערפאַר זיינען די חכמים געווען צווישן די געסט ביי דער סעודה) - און פונדעסטוועגן האָט זיך אין דעם אַריינגעכאַפּט זיין פּערזענלעכער עגאָ-’איך’. און אַזאַ ‘איך’, וואָס איינער וויקלט איין אין די בלעטער פון אַ דערהויבענער, הייליקער שיטה, איז דער וואָרצל פון חורבן. זאָגט דאָך דער “אַלטער רבי”, דער בעל התניא והשולחן ערוך, אַז די ערגסטע מחלוקת איז די וואָס ווערט געפירט ‘לשם-שמים’...



אז מ'רעדט שוין...

דער מהרש"א אין חידושי אגדות אין פ' הניזקין זאגט אן אינטרעסאנטן פירוש אויף דעם גאנצן ענין פון קמצא ובר קמצא.

ערשטנס: וויאזוי קומט עס אז דער שמש (וועם דער בעל הסעודה האט געשיקט איינלאדענען די געסט.) האט געמאכט אזא טעות. זיין בעה"ב האט איהם דאך קלאר געזאגט צו רופן קמצא. וויאזוי האט ער זיך טועה געווען און גערופן בר קמצא.

צווייטנס. זיי וואוינען דאך מסתמא אין אנדערע גאסן.

דריטנס: וואס האט בר קמצא (דער שונא פונ'ם בעל הסעודה) געקלערט? וואס עפעס אז מיין שונא רופט מיך צו זיינ'ס א שמחה. און ער איז תיכף געגאנגען!

דער מהרש"א פארענטפערט אט די אלע קשיות מיט איין תירוץ...! אז דא האט זיך געהאנדלט פון א טאטע מיט א זוהן. און דער בעל שמחה איז געווען א גוטער פריינט מיט'ן טאטן, קמצא. און דער זוהן - בר קמצא - איז געווען זיין שונא. און זיי האבן געוואוינט אין איין הויז. און אזוי ארום האט שוין דער שמש פונ'ם בעל שמחה געקענט מאכן א טעות און אריינקלאפן צו בר קמצא...!

אבער, וואס האט בר קמצא געטראכט? וואס איז געווען זיין חשבון, צו גיין צו די שמחה?

נאר ער האט געטראכט, וויבאלד דער בעל הסעודה איז זיין טאטנ'ס א גוטער פריינט. מסתמא וויל ער זיך איבערבעטן מיט איהם. דערפאר איז ער געגאנגען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל