אכטונג: די ארטיקל איז נישט פאר שוואכע הערצער!

א אומבא'טעם'טע - אבער פארט וויכטיג פאר תשעה באב - בליק איבער איינס פון די שוידערליכסטע אספעקטן פון די לאנגע אידישע טראגישע היסטאריע: זעלבסטמארד על קידוש ה'

פון הרב יואל אשר לאבין
  
קידוש החיים – די קדושה פון לעבן

א איד קען ליידן יארן לאנג צרות יגון ואנחה, זיין לעבן קען אים זיין לעול לטורח ולמשא, אבער א איד ווייסט אז זעלבסטמארד איז גענצליך אויסגעשלאסן!

א איד ווייסט פון די מושג "קדושת החיים", דאס לעבן האט א ציל, און פון צרות איז נישטא קיין וועג ארויס, ווי חז"ל זאגן אין פרקי אבות "על כרחך אתה חי, על כרחך אתה מת, ועל כרחך אתה עתיד ליתן דין וחשבון".

דאס לעבן פון א איד איז פיל מער ווי זיינע אייגענע געפילן, מחשבות און איבערלעבענישן; דאס לעבן פון א איד האט הויכע צילן און געהויבענע ווירדן וואס קיינער פארשטייט נישט, די ציל פון לעבן און די תכלית פון יסורים זענען זאכן וואס זענען בכבשונו של עולם, אין שפיץ פון די וועלט, און עס גייט אריין אין גדר פון "במופלא ממך אל תדרוש".

דער חפץ חיים זי"ע מאכט אן אינטערסאנטן חשבון איבער דאס חשיבות פון א אידישע לעבן, אויב זאל א איד זיין אין א סכנת נפשות מעג מען מחלל שבת זיין אים צו ראטעווען. אויב מערערע אידן דארפן מחלל שבת זיין אים צו ראטעווען, מעגן מערערע אידן מחלל שבת זיין אים צו ראטעווען, אויב גאנץ כלל ישראל מוז מחלל שבת זיין אים צו ראטעווען, דארף גאנץ כלל ישראל מחלל שבת זיין אים צו ראטעווען. און וואס טוט זיך –פרעגט דער חפץ חיים – אויב דער איד וואס איז אין א סכנה איז א חולה וואס ליגט אויף א רעספירעטאר באוואוסטלאז, באוועגלאז ווי א דומם? איז די חיוב אים צו דערהאלטן ביים לעבן די זעלבע; קומט אויס אז צו בויען די בית המקדש טאר אפילו איין איד נישט מחלל שבת זיין, אבער אויף צו דערהאלטן א באוואוסטלאזער חולה נאך א טאג ביים לעבן מעג גאנץ כלל ישראל מחלל שבת זיין!

דאס איז די אומפארשטענדליכע און הפלא'דיגע כח פון א אידישע לעבן, ווארום, א איד פארמאגט נישט בלויז זיין גוף נאר האט א הויכע הייליגע נשמה, און מיר פארשטייען נישט די גרויסע און הייליגע צילן און אויפטוען פון יעדע סעקונדע וואס זיין נשמה איז אינעם גוף.

ליבעראלע דענקער און מאדערנע געזעצגעבער האלטן אז זעלבסטמארד איז אין א געוויסן זין א ברירה וואס א מענטש האט איבער זיין לעבן, א מענטש פארמאגט אויטנאמיע איבער זיין לעבן, "פרייהייט פון זעלבסטמארד" איז א פרייהייט וואס געוויסע האלטן בארעכטיגט א מענטש צו קלויבן איבער זיין אייגענע עקזיסטענץ. "דאס לעבן איז זיינס, זאל ער עס נעמען".
אבער אידישקייט קוקט עס אן גענצליך אנדערש, דער רמב"ם פסק'נט "וכן ההורג את עצמו, כל אחד מאלו שופך דמים הוא, ועוון הריגה בידו, וחייב מיתה לשמים!" און דער תרגום יונתן לערנט עס אריין אין די עצם איסור פון לא תרצח וואס שטייט אין די עשרת הדברות, מיט א דרש "לא תתרצח" זאלסטו זיך נישט הרגנען"

רבי דוד בן זמרא, דער רדב"ז, ערקלערט די איסור פון זעלבסטמארד מיט א שטארקע אויסדרוק "לפי שאין נפשו של אדם קניינו אלא קנין הקב"ה, שנאמר: "הנפשות לי הנה". די לעבן באלאנגט צו הקב"ה, אתה נפחתה בי ואתה משמרה בקרבי ואתה עתיד ליטלה ממנו!

מיטן פארשטיין דאס האבן אידן אייביג געוואוסט צו מחשיב זיין די הייליגקייט פון לעבן, און אין די שווערסטע מצבים, ווען די מאדערנע וועלט קוקט עס אן ווי "דערבארעמדיגע מארד" זענען אידן פון אייביג אן גרייט זיך צו פייניגן אבער לעבן די מינוטן וואס הקב"ה האט באגרעניצט!

נאכן פארשטיין דאס קען מען פארשטיין די גרויסע קאנטראסט, די שטוינענדע סתירה און די טראגישע מארטירעריי פון זעלבסטמארד על קידוש ה'!

זעלבסטמארד על קידוש ה'

דאס אידישע פאלק איז א געפייניגט פאלק, שה פזורה ישראל, לעג וקלס בגויים, כצאן לטבח יובל להרוג ולאבד למכה ולחרפה. צו זעהן אידן פארפייניגט און געמארדעט אין די הענט פון מערדער שונאי ישראל איז ליידער נישט קיין זעלטענע ערשיינונג, דאס איז אונזער אייביגע היסטאריע, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו, אלא שבכל דור ודור.

אבער וואס רייסט ביים הארץ אממערסטנס איז די שאקירנדע מחזה ווען אידן הרג'נען זיך זעלבסט! אידן וואס ווייסן די גרויסקייט פון קדושת החיים נעמען א שווערד און ענדיגן זייער אייגענע לעבן דאס איז שוין אן אויסעארדענטליכע ערשיינונג וואס שרייט ארויס מער ווי אלע "נאטורליכע" רדיפות, און ליידער איז אונזער היסטאריע פיל מיט אזוינע שוידער געשיכטעס.

ביי די קינות לתשעה באב וואס מיר גייען זאגן די טעג (אויב משיח צדקנו זאל נישט קומען פריער) רייסט ביים הארץ די מערסטע ביי די שטיקלעך ווי מען זעהט אט די דאזיגע ערשיינונג, ווי שאקירנד איז יעדע יאר נאכאמאל צו זאגן די ווערטער פון ירמיה הנביא "ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהם"... און ווי ווייטאגליך איז צו זאגן די קינות איבער די הייליגע אידן וואס האבן באהאלטן זייערע נאטורליכע רחמנות, אוועקגעקוקט פון די אייגענע קינדער, און העלדיש ערמארדערט זיך און די גאנצע משפחה כדי נישט אריינצופאלן אין די הענט פון די קרייצ-ציגלער וואס וועלן צווינגען די אידן צו טון עבירות, זיי פארשוועכן, פייניגן און געבן ערגער פונעם טויט.

לאמיר גיין אין א כראנאלאגישן סדר ווי מיר זעען אין דברי חז"ל און אין אידישע היסטאריע די ווייטאגליכע ערשיינונג:
 
שמשון הגיבור

בילד: שמשון הגיבור

דער פארגייער פון די זעלבסטמערדער על קידוש ה', איז דער גרויסער שופט און גיבור ישראל שמשון הגיבור, וועמענס הארצרייסנדער און מארטירערישע געשיכטע מיר האבן אלע געלערנט אין ספר שופטים,  (שופטים ט"ז ל') אז דער העלדישער גיבור האט פארלוירן זיינע כחות, און נאכן אפפערן זיין לעבן צו פארטיידיגן דאס אידישע פאלק פון די אכזריות'דיגע פלישתים, האט ער מחליט געווען אז וויבאלד ער קען נישט ראטעווען אידן מיט זיין לעבן, ווער ער זיי הרגענען מיט זיין טויט, און בלינדערהייט, מיט זיינע לעצטיגע כחות האט דער גיבור ערקלערט "תמות נפשי עם פלשתים" און זיך געוואנדן מיט א תפלה כלפי מעלה "זכרני נא וחזקני נא אך הפעם הזה.."און מיט זיינע פויסטן אונטערגעבראכן דעם ריזן בניין און ערמארדעט די טויזנטער פלשתים וואס האבן דארטן יובילירט. און די פסוק איז מעיד "ויהיו המתים אשר המית במותו רבים מאשר המית בחייו" ביי זיין גלאררייכן טויט האט ער געהרגעט מער אידישע פיינט – און אזוי ארום אפגעראטעוועט מער אידן - ווי דורכאויס זיין העלדישע לעבן.
 
שאול המלך

דער קעניג פון די מקדשי שם שמים וואס האט זיך זעלבסט געענדיגט דאס לעבן על קידוש ה' איז אונזער גרויסער קעניג שאול המלך, ווי די פסוק (שמואל א' לא ד-ה) דערציילט אז ווען שאול האט דערזעהן אז די פלישתים האלטן נאנט צו אים פארכאפן האט ער געבעטן זיינע באדינער זאלן אים דערשטעכן, מורא האבנדיג אז די פלשתים וועלן אים פארפייניגן ווען זיי וועלן אים כאפן.

דער מהרש"ל (רבי שלמה ב"ר יחיאל לוריא, פון די חכמי פוילן מיט פינף הונדערט יאר צוריק) ערקלערט אז שאול האט דא געטון א העלדישע זאך על קידוש ה', א טובה פארן אידישן פאלק ווייל שאול האט פארשטאנען אז אויב די פלשתים וועלן אים פייניגן וועט דאס גורם זיין מער און מער שפיכות דמים, ווייל די אידן וועלן זיך נוקם זיין און די מלחמה וועט נישט נעמען קיין ענדע, האט ער זיך אליין גענומען דאס לעבן און פארמיטן איבעריגע בלוט פארגיסונג.

די פיר הונדערט קינדערלעך

די גמרא אין גיטין, (פרק הניזקין דף נז), די בלעטער וואס מען לערנט אין די טעג פון תשעה באב לערנען מיר די שטיקלעך גמרא וואס ווערט שוין געלערנט מיט ביטערע טרערן דורי דורות, די גמרא דערציילט דארטן צוויי הארצרייסנדע מעשיות פון מסירות נפש און זעלבסטמארד על קידוש ה'.

די ערשטע דערציילט די גמרא איבער די פיר הונדערט יונגלעך און מיידלעך וועמען רשעים האבן געפאנגען און געוואלט זיי מאכן זינדיגן, די הייליגע קליינע נשמה'לעך איז נישט אנגעגאנגען זייערע צער און יסורים, זיי האבן פארגעסן זייער בענקשאפט צו זייערע ליבע עלטערן, זיי האבן נישט געווייטאגט אויף א לעבן וואס עס פעלט זיי; זייער איינציגע דאגה איז געווען "אם אנו טובעין בים, אנו באין לחיי העולם הבא?", אויב מיר וועלן זיך דערטרונקען וועלן מיר זוכה זיין צו עולם הבא? האט דער גרעסטער פון די קינדער געדרש'נט א פסוק אין תהלים (ס"ח) אמר ה' מבשן אשיב, אשיב ממצולות ים, אז הקב"ה וועט צוריקברענגען לעולם הבא די וואס זענען דערטרונקען אין די טיפענישן פון ים, ווי נאר די הייליגע תמימות'דיגע מיידלעך האבן דערהערט דאס, האבן זיי אלע אריינגעטאנצן אין ים!

ווי די יונגלעך האבן געזעהן די מסירות נפש פון די מיידלעך האבן זיי זיך אפגעלערנט און אלע יונגלעך האבן אריינגעטאנצן אין ים!
 
חנה ושבעה בניה

באלד דערנאך דערציילט די גמרא די באוואוסטע מעשה פון חנה ושבעה בניה, וועמען דער קייסער האט געוואלט צורעדן צו זיך ביקן צו עבודה זרה, און אלע זיבן קינדער האבן געענטפערט דעם קייסער מיט פאסיגע פסוקים און זיך געלאזט הרגענען, און דאן האט די מאמע זיך אליין גענומען דאס לעבן און עס איז ארויס א בת קול "אם הבנים שמחה".

אין עטליכע פלעצער אין ספרי חכמנו ז"ל ערשיינט גאר ענדליכע שילדערונגען פון די דאזיגע צוויי געשיכטעס, פון די שיף און פון די מאמע מיט אירע זיבן קינדער, אין ספר המקבים (איינער פון די ספרים חיצוניים וואס איז נישט נכלל געווארן אין תורה שבכתב), שטייט די זעלבע מעשה און דארטן ווערט אנגעצייכנט אז די דאזיגע מעשה איז געווען די מכה בפטיש וואס האט גורם געווען אז די חשמונאים זאלן ארויסגיין מיט א אויפשטאנד קעגן די מלכות הרשעה, און די דאזיגע אויפשטאנד האט געפירט צו נס חנוכה.

ווי עס שיינט האבן אזוינע ענדליכע העלדישע פאסירונגען פאסירט מער ווי איינמאל אין די העלדישע אידישע געשיכטע.
(עס איז מערקווירדיג צו אנצייכענען אז חז"ל דערציילן די דאזיגע געשיכטעס אז זיי זענען פארגעקומען צו יונגע קינדער און א עלנדע אלמנה, און ווי פאסיג איז דאס צו די באוואוסטע ווערטער פון החסיד יעב"ץ, וועלכער שרייבט אין זיין ספר אור החיים אז ביי עמך אידן מיט זייער תמימות'דיגע אמונה פשוטה און פשרה'לאזע יראת שמים איז מסירות נפש אן אפטערע ערשיינונג ווי ביי די עליטע).

די העלדישע קאמף אויפן מצדה פעסטונג

בילד: די מצדה פעסטונג

יעדער וואס פארט קיין ארץ ישראל ווייסט איבער די  פעסטונג "מצדה" וועלכע איז איינער פון די שטארקסטע אטראקציע צענטערן, נישט בלויז איז דאס א צענטער פאר טוריסטן צוליב איר פאנאראמע און אויג פארכאפנדע מדבר אויסקוק; נאר זי פארמאגט אונטער זיך אסאך אידישע היסטאריע; און די ציוניסטישע פראפאגאנדע האט זי גאר פארוואנדלט אין א נאציאנאלע פלאץ פון שטאלץ, זייענדיג די יסוד פון די ציוניסטישע אוואנטוריסטישע לעבנס-שטייגער פון "רק בדם".

יעדער פאפולערער באזוכער קיין ארץ ישראל, פון באראק אבאמא ביז וואלאדמיר פוטין באקומען א קעניגליכע אויפנאמע און באגלייטונג אויף די מצדה פעסטונג, ווי מען שילדערט אז דארטן האבן הונדערטער העלדישע אידן געקעמפט קעגן די רוימער ביזן טויט.

אבער פון א אידישע און תורה'דיגע בליק, צו איז עס אויסגעהאלטן? צו איז דארטן געווען זעלבסטמארד על קידוש ה' אזוי ווי שאול און שמשון, אדער איז עס געווען אומאויסגעהאלטענע אוואנטוריזם אזוי ווי די סיקריקים וואס האבן געפירט בלוטיגע קאמפן קעגן די רומיים שלא על דעת חז"ל הקדושים?

די געשיכטע פון מצדה ווערט נישט געברענגט אין חז"ל, נישט אין בבלי און נישט אין ירושלמי אדער אין מדרשים, און איר מקור איז דער היסטאריקער יוסף בן מתתיהו, באקאנט אלס יוסיפין, וועלכער ווערט אנגענומען אלס א שטארקער היסטאריקער וועמען רש"י ברענגט אראפ מערערע מאל, אבער לעומת זה זענען נישט זיינע אלע זאכן אין איינקלאנג מיט דעת חז"ל. לאמיר א בליק טון איבער די געשיכטע פון די מצדה פעסטונג, לויט יוסיפין:

מצדה איז א ריזיגע פעסטונג אויף א גאר הויכע שפיץ בארג אין די מדבר יהודה, נאנט צו ים המלח, וואס איז געבויעט געווארן דורך דעם הערשער פון ארץ ישראל הורדוס, דער טיראנישער פארפיינטעט הערשער וועמענס מעשים זענען פארמיאוסט אין אידישע היסטאריע, אבער וועמענס בנינים זענען א שטאלץ און א פראכט. דער הערשער האט געבויעט אין דעם אפגעזונדערטן מדבר א הערליכע פעסטונג, פון דעם פעסטונג האט ער אפגעשלאגן עטליכע אנגריפן פון עגיפטישע, רוימישע און פרסישע קעמפער וועלכע האבן אים אנגעגריפן.

אין יאר ג' אלפים תתכ"ו, ווען טיטוס און זיינע גרויזאמע סאלדאטן האבן איינגענומען און באהערשט ארץ ישראל, האבן אידישע קעמפער, וועמען חז"ל רופן אן "סיקריקים", העלדיש געקעמפט קעגן די רוימישע אריינדרינגער, און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף די פעסטונג, אין פאל זיי וועלן ווערן אינגאנצן באזיגט דורך די מעכטיגע רוימער.

אין יענע צייטן איז דאס אידנטום אין ארץ ישראל געווען איינגעטיילט אין עטליכע טיילן. עס זענען געווען די פרושים, דאס זענען געווען די ערליכע אידן אונטער די פירערשאפט פון די חכמים און מנהיגי ישראל, עס זענען געווען די צדוקים, און אנדערע כיתות. אויך זענען געווען די סיקריקים וועלכע זענען בעצם געווען על פי רוב ערליך, און ענדליך בדעה צו די פרושים, נאר זענען געווען עקסטרעמיסטיש און האבן נישט אויסגעהערט די מיינונג פון חז"ל איבער די באציאונגען צו די אומות העולם.

א פירער פון די סיקריקים מיטן נאמען אלעזר בן יאיר (וועמענס נאמען איז געבליבן אויסגעקריצט אין שטיינער אין די מצדה פעסטונג עד היום) האט אנגעפירט מיט א קאמאנדע וואס האט זיך מושטירט אין מצדה און פון דארטן אטאקירט די רוימישע באצווינגער. די קעמפער זענען געווען ערליכע אידן, און אין מצדה איז קענטיג די איבערבלייבענישן פון א בית מדרש און א מקוה וואס די קעמפער האבן גענוצט.

נאך א צייט האבן די רוימישע אנגעגרייט א פעסטע אפענסיוו אויף מצדה, זיי האבן געברענגט זייערע קאנאנען און אטאקירט די בארג. פאר א צייט האבן די אידן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד, אבער דאן האבן די רומיים געטון דעם טריק וואס שונאי ישראל נוצן אייביג, צו נוצן אידן אין קאמף קעגן אידן. די רומיים האבן געברענגט אידישע געפאנגענע און זיי געצווינגען צו בויען נייע טרעפ פאר די רוימישע און באקומען א וועג אריין. אלעזר בן יאיר האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו קעמפן קעגן זיינע אייגענע אידישע ברודער און דעריבער האבן די רומיים באקומען אן אויבערהאנט.

די אידן אינעם פעסטונג מיט זייערע משפחות האבן געוואוסט וואס עס ווארט זיי פון די רוימישע רציחות, און האבן דעריבער מחליט געווען נישט אריינצופאלן אין די האנט פון די רשעים, נאר ליבערשט באגיין זעלבסטמארד.

יוסיפין שרייבט אין זיין ספר א גאר דראמאטישע און פייערדיגע רעדע וואס דער מנהיג אלעזר בן יאיר האט געזאגט צו זיינע מענטשן, ווי ער האט זיי געמוטיגט צו באגיין זעלבסטמארד, אט זענען ציטאטן פון אלעזר בן יאיר'ס פייערדיגע רעדע:

"גבורי חיל! מיר האבן זיך שוין לאנג אונטערגענומען צו דינען בלויז דעם אמת'ן גאט, און נישט דינען די רומיים, יעצט איז צייט צו פארפילן אונזער ציל! לאמיר ליבערשט שטארבן ווי גיבורים, אונז און אונזערע ליבע און גלוסטיגע פאמיליעס, לאמיר מארדן אונזערע ווייבער פאר מען פארשוועכט זיי, אונזערע קינדער פאר מען פארקנעכט זיי און לאמיר זיך שענקען איינער דעם צווייטן קרעפטיגע גענאדע פון גיין פריי און שטאלץ צום קבר, ווייל אזוי האבן מיר אויסגעקליבן!"

נאך די פייערדיגע רעדע האבן זיי אלע זיך געהרגעט, בערך טויזנט קעמפער. אויסער א פרוי און עטליכע קינדער וואס איז איבערגעבליבן צו דערציילן די געשיכטע.

אויסער אין מצדה זענען אין נאך עטליכע פלעצער אין ארץ ישראל פארגעקומען ענדליכע אקטן פון זעלבסטמארד ווען די רשעות'דיגע רומיים האבן אטאקירט די אידן, צווישן זיי אין די אידישע שטעט יודפת און אין גמלא, ווי אידן האבן זייער העלדיש און שטייף, אן פחדנות געקליבן טויט ליבערשט ווי קנעכטשאפט.

אין די ווערטער פון חז"ל טרעפן מיר נישט קיין שום אנדייטונג איבער די דאזיגע דראמאטישע אנטוויקלונגען, און עס איז געבליבן אפען פאר ערליכע היסטאריקער צו שפעקולירן אויב זיי האבן געטון כדת של תורה אדער נישט; אויבנאויף האבן זיי ליבערשט געדארפט לאזן זיך פאנגען ווי זעלבסטמארד, אבער געוויסע דייטן אן אויף די ווערטער פון אלעזר בן יאיר אז זיי האבן מורא געהאט אז די רומיים וועלן זיי מעביר זיין על הדת און מחטיא זיין, איז עס דעריבער א ענין פון קידוש ה'.

ווי עס שיינט האט אלעזר בן יאיר און זיין גרופע, ווי אויך אלע אנדערע טויזנטער זעלבסטמערדער פון יענע תקופה נישט געטון כדת וכדין, אבער פארשטייט זיך אז עס איז שווער צו פסק'נען אויף צוריק ווען מען ווייסט נישט גענוי וואס זייערע מאטיוון זענען געווען און צו עס איז געווען נאציאנאלע שטאלץ, באקוועמליכקייט און פרייהייט, אדער האבן זיי געמיינט קדושה וטהרה און קידוש ה'. כלפי שמיא גליא.
 
גזירות תתנ"ו
 
אין יאר ד' אלפים תתנ"ו זענען אידן אין אייראפע צום ערשטן מאל געשטעלט געווארן אין גאר גרויסע מאסן צו ביטערע נסיונות פון מארד אדער שמד דורך קריסטליכע מערדער, און דאס האט גאר שטארק אויפגעשוידערט די אידן.

געווען איז דאס אין די צייט פון די ערשטע קרייץ-ציגלער, ווען ווילדע קריסטן האבן מארשירט קיין ארץ ישראל צו באפרייען דאס לאנד פון מוסלמענישע הענט, זייענדיג אנגעהעצט צו קעמפן קעגן די "כופרים" אין קריסטנטום, די מוסלמענער, האבן זיי שוין אונטערוועגנס זיך צעלאזט און געפייניגט און געמארדעט אידן רעכטס און לינקס, געבנדיג די ברירה פון מארד אדער זיך טויפן צו קריסטנטום, ווי רובא דרובא אידן האבן הילכיג מקדש געווען שם שמים און געשטארבן אלס מארטירער מיט שמע ישראל אויף די ליפן.

די מערדער זענען געגאנגען אין א רייע צו די שטעט: טריר, שפייער, מאגענצע און ווירמייזע אין דייטשלאנד, ווי די ווילדע רשעים האבן געשאכטן געפלינדערט, געמארדעט און געצווינגען אידן.

ביי גזירות תתנ"ו האט מען אממערסטנס געזעהן די גאר ווייטאגליכע, אבער גלייכצייטיג גאר העלדישע ערשיינונג פון עלטערן, הויפטזעכליך מאמעס וואס האבן געהרגעט די אייגענע קינדער על קידוש ה', און ווי ווייטאגליך זענען די ווערטער וואס מען זאגט אין די קינה "החרישו ממנו ואדברה" וואס באציעט זיך צו די
גזירת תתנ"ו:

"אז הסכימו גדולים וקטנים, לקבל באהבה דין שוכן מעונים" גרויס און קליין האט מסכים געווען צו מקבל זיין באהבה די גזירת שמים... "והאבות אשר היו רחמנים, נהפכו לאכזר כיענים, והפיסו על האבות ועל בנים, ומי שגורל עלו לו בראשונים, הוא נשחט בחלפות וסכינים". רחמנות'דיגע טאטעס זענען געווארן בארבאריש ווי שלענג, און געווארפן גורל און ווער עס איז אויסגעקומען אין גורל פריער איז געווארן געשאכטן מיט א מעסער..

און אט זענען די הארצרייסנדע ווערטער פון די קינה פון רבי קלונימוס ב"ר יהודא (מגדולי אשכנז פון יענע תקופה) וואס מיר זאגן תשעה באב, ווי ער שילדערט ווי רחמנות'דיגע עלטערן, ליבע מענער און געטרייע ווייבער האבן זיך געשאכטן איינער דעם צווייטן מיט ווייטאג און התלהבות אויף קידוש ה'. "כבש האב רחמיו לזבח, ילדיו הכין ככרים לטבח, הכין לבניו מטבח. לאמותם נואמים הננו נשחטים ונטבחים, כהקדישום לטבח והתיקום לאבחים, נשים פרים עוללי טפוחים. מי ישמע ולא ידמע הבן נשחט, והאב קורא את שמע, מי ראה כזאת ומי שמע.. נות בית היפה בתולת בת יהודה צוארה פשטה ומאכלת השחיזה וחדדה....פונה האב בבכי ויללה, עצמו על חרבו לדקור ולהפילה, והוא מתגולל בדם בתוך המסילה"

די העלדישע טאטן פון די אידן אין יענע תקופה בלייבט א חידה סתומה, און א אייביגע סימבאל פון מסירות נפש, און טראץ וואס כלל ישראל האט זינט תתנ"ו געליטן פילפאכיג שווערער און ביטערער, און די מספר פון א קנאפע צוועלף טויזנט קרבנות וואס כלל ישראל האט דעמאלטס געליטן איז ווייניג קעגן שפעטערער ביטערע מיטמאכענישן; זענען אבער די העלדנסטאטן, און די גרייטקייט צו אפראטעווען די קינדערס נשמות דורך שעכטן זייערע גופים, א אייביגע סימבאל און מורה דרך.
 
גזירות ת"ח ות"ט

די ביטערע גזירות ת"ח ות"ט זענען פון די סאמע בלוטיגסטע קאפיטלעך פון חורבן הבית ביזן לעצטן חורבן אייראפע, ווי הונדערטער טויזנטער אידן זענען געמארדעט געווארן מיט גרויס אכזריות, און גאנצע אידישע קהלות זענען אויסגעריסן געווארן.

די גזירות זענען געווען א חלק פון בלוטיגע אומרוען און אויפשטאנד, ווען אוקריינישע קאזאקן און פויערן –אנגגעפירט פון דעם ווילדן מערדער בוגדאן כאמילניצקי - האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן די אוקריינישע הערשאפט וועלכע איז געווען אונטערגעווארפן אונטער פוילישע פריצים און אייגענטימער באזיצער.

די אידן פון יענעם דור האבן אנגעקוקט די מהפיכות און אמרוען ווי שטארקע צייכענס פון די אויסגעגארטע גאולה שלימה, אידן מיט שטארקע אמונה ובטחון האבן געזעהן אין די רעוואלוציעס און מהפיכות א הכנה צו די גרויסע מהפיכה ווען משיח וועט קעניגן איבער די וועלט. אבער ליידער האט זיך עס אויסגעשטעלט ווי ביטערע פורעניות, ווען די אומרוען זענען בליץ שנעל איבערגעדרייט געווארן צו רדיפות קעגן אידן; ווען אימער א גוי איז צעלאזט, גיסט ער עס אויס קעגן אידן, און די אידן זענען געפאלן ביטערע קרבנות, די אומרוען וואס האבן זיך אנגעהויבן אלס א פראטעסט קעגן די פינאנציעלע אונטערדרוקער איז פארוואנדלט געווארן אין א ביטערע מלחמה קעגן אידן.

דורכאויס די שווערע ביטערע אומרוען וואס האט געדויערט צוויי יאר יאר זענען געפאלן הונדערטער טויזנטער אידן, מענער פרויען און קינדער, טויזנטער אידן זענען געפאנגען און געפייניגט געווארן, די אנגערייצטע פאגראמטשיקעס זענען באפאלן אידישע דערפער, און סאדיסטיש געפלינדערט, פארברענט געשענדעט און געפייניגט, געמארדעט און געשלאגן רעכטס און לינקס.

די רשעים האבן פיינט געהאט נישט בלויז אידן, נאר דאס אידישקייט זעלבסט און פארברענט בתי מדרשים, צעריסן און געלעסטערט ספרי תורה, געצווינגען אידן צו שמד און חרוב געמאכט דאס ביטער שווער אויפגעבויטע פראכטפולע אידישקייט אין פוילן.

אין גאר אסאך פעלער האט זיך פאר אידן ארויסגעשטעלט אז א איד בלייבט א איד און א גוי בלייבט א גוי, ווען אידן האבן פרובירט צו באשיצן זייערע שטעט, און זיך צוזאמענשטעלן מיט פוילישע מיליטערלייט צו אפשלאגן די קאזאקישע אנגריפן; האט אבער די שנאה צום איד גובר געווען און פוילישע סאלדאטן האבן זיך אנגעשלאסן מיט זייערע דם שונאים, די קאזאקן און צוזאמען זיך גענומען קעגן דעם איד.

אין מערערע פלעצער האבן די אידן העלדיש געקעמפט און אפגעהיטן זייערע שטעט און געגנטער, ווי רבי נתן נטע האנובער שרייבט אין זיין ספר יון מצולה, ווי ער באשרייבט די פרעות ת"ח ות"ט, איבער מערערע פלעצער ווי אידן האבן געקעמפט העלדיש מיט מסירות נפש, א ביישפיל איז אין טולצין, ווי אידן האבן זיך פארפעסטיגט אין א פעסטונג און זיך אונטערגענומען ליבערשט צו שטארבן על קידוש ה' אין די פעסטונג ווי ווערן געפאנגען און געצווינגען להעביר על הדת. וואכן לאנג האט געדויערט די באלאגערונג אויף די פעסטונג, ווי די אידן האבן העלדיש ערמארדעט מאסן קאזאקן און אנגעהאלטן א אידיש לעבן, און נאר נאך א לאנגע צייט, און נאר אדאנק די ביטערע פארראט פון פוילישע קעמפער, כלומרשטע גוטע פריינט, וועלכע האבן אויסגעדרייט זייערע וואפענס קעגן די אייגענע מיט-קעמפער, האבן די קאזאקן צום סוף אייגענומען די פעסטונג, האבן די אידן מיט א פעטסקייט און העלדישקייט זיך צוזאמענגענומען און אנגעהויבן זיך גרייטן אויף קידוש ה', ווען דריי רבנים האבן באשוואוירן די אידן צו זיין גרייט אויף קידוש ה', און ווען די רשעים זענען אריינגעקומען האבן די אידן העלדיש מקבל געווען די גזירה באהבה, קיינער האט זיך נישט געבעטן פאר זיין לעבן, קיינער איז נישט געווען גרייט צו שמדן זיך, און פערצן הונדערט אידן האבן דארטן אויפן פלאץ אויסגעשטרעקט די האלז אויף קידוש ה'.

די גזירות זענען אנגעגאנגען אין מערערע שטעט אין פוילן, און האט זיך אפילו אויסגעשפרייט צו ווילנא, ליטא און שטחים אין רוסלאנד, איבעראל האבן אידן זיך געלאזט מוסר נפש זיין און דורכאויס די ביטערע גזירות זענען לויט שאצונגען בערך א פערטל מיליאן אידן אומגעברענגט געווארן.

די חכמי הדור האבן מתקן געווען א תענית אין טאג כ' סיון, צו באקלאגן די ביטערע פורעניות, און זיך מייחד זיין מיט די געדענקעניש פון די העלדישע אידן שמסרו נפשם על קדושת ה'.

די גזירות פון ת"ח ות"ט האבן איבערגעלאזט גאר א שטארקן רושם ביי אידן, און דורי דורות האבן אידן אינעם פינסטערן מיטל-אלטער איבערגעשמועסט די העראאישע אקטן פון מסירות נפש, און די פארטריבענע אידן פון פוילן האבן איבערגעטראגן צו אלע אייראפעאישע לענדער די כח פון מסירות נפש און די העלדישע זכרון פון יהדות פוילן.
  
ביים ביטערן חורבן אייראפע

די גרעסטע צרה וואס די אידישע פאלק האט אמאל געליטן, די צווייטע וועלט קריג און די חורבן יהדות אייראפע האט געברענגט מיט זיך די ערגסטע שוידער געשיכטעס און שרעקליכסטע הארצרייסנדע דילעמעס וואס אידן האבן געהאט איבער קידוש ה' קעגן קידוש החיים, העלדישקייט קעגן הפקרות, און גיין כצאן לטבח קעגן מקבל זיין גזירת שמים.
צווישן די מיליאנען קדושים זענען געווען טויזנטער געשיכטעס פון קידוש ה', פון אידן וואס האבן זיך געהרגעט כדי נישט צו דארפן טון שרעקליכע עבירות, און אידן וואס האבן זיך גע'הרגעט מיטן מהלך פון "תמות נפשי עם פלשתים", זיך אויפרייסנדיג אדער מארדענדיג נאצישע מערדער און אזוי אפראטעווענדיג אפאר אידן.

צווישן די מיליאנען קדושים זענען געווען טויזנטער אידן וואס האבן נישט איבערגעגעבן זייערע קינדערלעך פאר גויאישע שכנים, כדי נישט צו איבערלאזן די קינדער אויף שמד, נאר זיי ליבערשט גענומען מיט זיך אויף דעם לעצטן וועג פון קידוש ה'.

צווישן די מיליאנען קדושים זענען געווען טויזנטער אידן וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעצטע שטיקל ברויט, זאגנדיג "איך גיי שוין סייווי שטארבן, עס די, די קענסטו נאך לעבן" און אויסגעהויכט די נשמה פון הונגער.

צווישן די מיליאנען קדושים זענען געווען בני תורה וואס האבן זיך נישט געוואלט באהאלטן נאר געבליבן ביי די גמרא, ביז מען האט זיי געשאסן.

צווישן די מיליאנען קדושים זענען געווען טויזנטער אידן וואס האבן שטאלץ געטראגן זייער צלם אלקים ביז די לעצטע רגע, און אזוי מקדש געווען שם שמים ביזן לעצטן אטעם.

צווישן די מיליאנען קדושים זענען געווען טויזנטער אידן, מנהיגי ישראל, רבנים, עסקנים און ראשי משפחות וואס וואלטן געקענט אנטלויפן, אבער זיי האבן העלדיש זיך געהאלטן צו זייער משפחה, קהלה, און געזאגט "תמות נפשי עם ישרים" און זיך געהאלטן מיט די אידן הנתונים בצרה, און נישט איבערגעלאזט די שיף ווען זי האלט ביים זינקען.
גרויסע און דראסטישע זעלבסטמארד אקטן פון "תמות נפשי עם פלשתים" איז געווען פארהעלטנסמעסיג ווייניג, אין ווארשע איז פארגעקומען די באקאנטע ריזיגע אויפשטאנד וואס האט געהרגעט אסאך נאציס, און שטארק אראפגעקלאפט זייער שטאלץ, אין אוישוויץ זענען פארגעקומען קליינע ספאנטאנע אויפשטאנד, אין סאביבאר און אין אנדערע טויט לאגערן זענען פארגעקומען אויפשטאנדן מפעם לפעם, אבער אויפן גרויסן פארנעם זענען אידן געגאנגען ווי שאף צו די שחיטה.

פארוואס האבן הונדערטער טויזנטער אידן נישט געקענט רעוואלטירן קעגן די פאר הונדערט נאצישע וועכטער?
ווער עס האט שוין גענוג געליינט איבער די קריג און פארשטייט עס גוט ווייסט די תירוץ, די נאציס האבן געהרגעט די אידן צוביסלעך, שטאטליך, מיט חשבונות און חכמה, און ווען די אידן האבן זיך דערזעהן נאנט צו די ענדע האבן זיי שוין נישט געהאט די כח פיזיש און גייסטיש צו טראכטן עפעס אנדערש ווי וויאזוי צו שטילן די הונגער און דערשטיקן די יסורים.

די מערהייט אידן זענען געפירט געווארן צו די שחיטה נאך פארן זיך אריענטירן, אנדערע זענען געגאנגען צו די שחיטה נאך פייניגונג און אפשוואכונג מעטאדן וואס האט זיי טאטאל דעמאראליזירט, און גורם געווען אז מען זאל טראכטן פון א קארטאפל-שאלעכטס און נישט פון קיין געווער.

קליינע ספאנטאנע ווידערשפעניגונקס אקטן האבן זיך געמאכט. דא דארטן איז אן עס-עס  פארברעכער באפאלן געווארן פון א איד. אבער זייער זעלטן, און אויף א פרימיטיווע און ספאנטאנעם פארנעם.

זעלטענע אויסברוכן פון קאמפס-גרייטקייט און מסירות נפש זענען אלזא געווען אנדייטונגען איבער די פלאם פייער וואס קען נישט ווערן אויסגעלאשן אין אידישע הערצער.

די דריי און ניינציג העלדישע אידישע מיידלעך פון בית יעקב

בילד: די דריי און ניינציג העלדישע אידישע מיידלעך פון בית יעקב

די געשיכטע פון דריי און ניינציג אידישע מיידלעך פון די חרדישע בית יעקב שולע וואס זענען צוזאמען באגאנגען זעלבסט-מארד, כדי צו ניצול ווערן פון די סכנה פון אריינפאלן אין די הענט פון דייטשן וואס וועלן זיי מאכן זינדיגן.
די געשיכטע איז באזירט אויף א בריוו וואס א מיידל מיטן נאמען חיה פעלדמאן האט געשיקט פון די קראקאווער געטא, צו ר' מאיר שענקעלאווסקי, פון די פירער פון בית יעקב אין נוא יארק, די געשיכטע איז זייער בארימט געווארן און די גרויסע "ניו יארק טיימס" האט עס געדעקט בשעתו.

די געשיכטע איז זיך פארלאפן אין די קראקעווער געטא, די שטאט ווי "בית יעקב" איז געגרינדעט געווארן דורך די בארימטע מחנכת מרת שרה שענירער, ווען די קריג האט אויסגעבראכן האבן די רשעים באפוילן צו פארשפארן אלע לערנס אנשטאלטן, ישיבות און חדרים; אין יענע טעג האבן די מסירות נפש'דיגע מיידלעך ממשיך געוען אין זייערע לימודים אין הונטערגרונט, ווייט פון די אויגן פון די רשעים.

זייענדיג אין אונטערגרונט האבן די טייערע מיידלעך גערעדט איבער מסירות נפש און זיך אפגעשמועסט צו זיך האלטן ביזן לעצטן אטעם בקדושה וטהרה און נישט אפלאזן די תורה הקדושה פאר קיין שום פרייז אין די וועלט, און מיט העלדישקייט האבן זיי זיך אייגנעהאנדלט טאבלעטן מיט גיפט, און זיך אפגעשמועסט אז אויב זיי וועלן ממש נישט האבן קיין ברירה ווייל די נאציס וועלן זיי וועלן מאכן זינדיגן, וועלן זיי נעמען דאס לעבן דורך איינשלינגען די טאבלעטן.

  אום חודש תמוז תש"ב האבן די נאציס ימ"ש געכאפט דריי און ניינציג מיידלעך ווי זיי האבן זיך באהאלטן און געלערנט אינאיינעם, די נאציס האבן זיי אלע געפירט צו א בניין ווי מען האט זיי געהאלטן, ווי נאר די מיידלעך האבן חושד געווען אז די נאציס ווילן זיי האלטן ביים לעבן און חלילה זיי אויסמישן צווישן די נאצישע זעלנער, האבן די אלע מיידלעך זיך געזעגענט, און מיט העלדישקייט און מסירות נפש זיך געזעגנט און דאן האט יעדעס מיידל גענומען א טאבלעט און מויל און מיט א געשריי פון שמע ישראל זיך געזעגענט פון די ווייטאגליכע זינדיגע וועלט.

אט איז די הארצרייסנדע בריוו וואס איז אנגעקומען קיין נוי יארק, צו א חשובן עסקן אין די אמעריקאנער אגודת ישראל, הרב מאיר שענקלאווסקי
 
דער צוואה־בריוו פון די דריי און ניינציק הייליקע מארטירערינס

כ׳ווייס נישט ווען מיין דאזיקער בריוו וועט צו אייך אנקומען, און צי איר געדענקט מיך, מיר האבן זיך געטראפן אויף דער   "כנסייה הגדולה" אין מאריענבאד.

 ווען אבער דער בריוו וועט זיין אין אייערע הענט, וועל איך שוין נישט זיין צווישן די לעבעדיקע.
 נאך א פאר שעה, און אלעס וועגן וואס איך  שרייב וועט שוין געהערן צו דער פארגאנענהייט.

 מיר האבן געהאט 4 צימערן. מיר זענען א גרופע פון 93 מיידלעך  אין עלטער פון 22־14 יאר, אלע לערערינס און דערציערינס פון די   "בית יעקב  " שולן.

אום 27־טן יולי, זענען געקומען ״געסטאפא״־פאליציי, און אונז ארויסגענומען פון וואוינונג און איינגעשפארט אין א פינצטערן צימער, וואו מיר באקומען בלויז וואסער צום טרינקען.

 די יינגערע מיידלעך זענען זייער איבערגעשראקן, אבער איך מוטיק  זיי, און דערקלער אז אינגיכן וועלן מיר אלע זיין צוזאמען מיט אונזער מאמע־שרה, וועלכע האט אונז שטענדיק געלערנט: עס איז גוט צו לעבן  מיט האפנונג צו השם־יתברך, אבער עס איז אויך גוט צו מוסר נפש זיין  פאר זייטוועגן — געבענטשט זאל ער זיין.

 נעכטן האט מען אונז פון פינצטערן צימער איבערגעפירט אין א  שיינע שטוב מיט פיין דעקארירטע צימערן און באקוועמע בעטן. מען האט אונז געהייםן זיך אויסבאדן אין ווארעמע וואסער און מען האט ביי  אונז צונענומען אלע קליידער, איבערלאזנדיק בלויז א העמד פארן לייב...

תיכף האט יעדע איינע פון אונז געשווארן, צו שטארבן און ניט לאזן זיך מטמא זיין.

 די גערמאנער שטעלן זיך נישט פאר אין זייער פאנטאזיע, אז די  דאזיקע באד איז די טהרה-טבילה פאר אונזער טויט. מיר אלע 93 האבן  ביי זיך אנגעגרייט גיפט.

 ווען די גערמאנער וועלן צו אונז קומען וועלן מיר אויסטרינקען דעם  סם .

 היינט זאגן מיר אלע אגאנצן טאג וידוי; מיר זענעם אלע פאראייניקט צו דערפילן די הייליקע שבועה; מיר האבן גאר קיין מורא ניט.

 בלויז איינאיינציקע בקשה האבן מיר: זאגט קדיש נאך דריי און ניינציק אידישע טעכטער!
 אין א וויילע ארום וועלן מיר שוין זיין צוזאמען מיט אונזער מאמע- שרה.
 חיה פעלדמאן פון קראקא
 ב״ה, ווארשע, ראש חודש אלול תש״ב.
 
 די דאזיגע הארצרייסנדע בריוו איז געווארן זייער באקאנט אין אמעריקע, און אין די נוא יארק טיימס פון יאנואר 8 איז ערשינען א ידיעה איבער די בריוו.

די אידישע צייטונגען האבן דאן געשטורעמט מיט די העלדישע מסירות נפש, און דער באקאנטער הרב משה בלוי האט געשריבן א פייערדיגן הספד וואס איז ערשינען אין די צייטונגען ווי ער שרייבט בתוך הדברים "חז"ל דערציילן אז ווען חנה און אירע זיבן קינדער האבן מקדש געווען שם שמים האט חנה געזאגט צו אירע קינדערלעך" זאגט צו אברהם אבינו: די האסטו געברענגט איין עקידה, איך האב געברענגט זיבן, די ביסטו נאר געווען בנסיון, איך האב אויסגעפירט למעשה; און די אידן אין פוילן זאגן צו אירע הייליגע טעכטער, גייט זאגט צו חנה, איר האט געברענגט זיבן, און איך האב געברענגט דריי און ניינציג קרבנות!

די הנהלה פון בית יעקב האט דאן אויך מפרסם געווען א יארצייט טאג, אום כ"ו אדר, ווען מען זאל באוויינען און מספיד זיין די קדושות, און מייחד זיין די לימוד אין בית יעקב לזכותם ולעילוי נשמתם.

שפעטערע יארן האבן היסטאריקער אנגעהויבן פארשן איבער די געשיכטע פון דריי און ניינציג קדושות, און זענען געקומען צו די מסקנה אז מסירות נפש אקטן האבן זיך געמאכט, און עס זענען ווארשיינליך געווען אידישע טעכטער וואס זענען געווען גרייט אויף קידוש ה', אבער די דאזיגע פאסירונג איז אין פאקט נישט געשעהן, נאר איז א ליטערארישע שילדערונג פון קידוש ה' פאסירונגען וואס האבן געקענט פאסירן.

די מעשה איז אלזא נישט איבער דריי און ניינציג קדושות, נאר איבער הונדערטער קדושות איבער אלע עקן אייראפע וואס זענען געווען גרייט אויף קידוש ה', און די דאזיגע שילדערונג איז געווען געצילט ארויסצוברענגען די קידוש ה' פון די אלע מיידלעך.
 
די זעלבסטמארד פון יודנראט פירער אין ווארשע

א דוגמא פון זעלבסטמארד על קידוש ה' אין די ביטערע צייטן, איז די פאל פון דער יודנראט אנפירער אין ווארשע געטא, אדם טשערניאקוב.

טראץ וואס ער איז נישט געווען קיין ערליכער איד, האט ער געהאט א אידיש הארץ, און האבנדיג די ביטער שרעקליכע אויפגאבע אלס יודנראט אנפירער אין די גרעסטע געטא, איז ער געווען טאג טעגליך אין ביטערע דילעמעס, יעדן טאג האבן די נאציס אים בעאויפטראגט שרעקליכע גזירות וואס ער זאל אויספירן, און ער האט מיט א שווער הארץ און ביטערע טרערן אויסגעפירט די גזירות, פרובירנדיג צו טון טובות פאר אידן ווי עס איז שייך און אפראטעווען ווי ער האט געקענט.

אדם איז געגאנגען צווישן די טראפן, ער האט זיך נישט איינגעריסן מיט די נאציס, אבער ער האט אסאך זיך קעגענגשטעלט און פרובירט צו באקעמפן זייערע רשעות'דיגע גזירות, און באזונדער די גזירות קעגן די אומשולדיגע קינדער, און מערערע מאל האט ער געכאפט ביטערע קלעפ פון די נאציס ימ"ש.

דער יודנראט פירער איז נאך אפאר יאר געווארן פארהארטעוועט און האט שוין נעבעך געקענט אויספירן די ביטערע גזירות; אבער ווען די נאציס ימ"ש האבן אים געהייסן צוזאמעננעמען זעקס טויזנט קינדער פון ווארשע געטא, קינדער פאר וועלכע ער האט אזויפיל געטון, און זיי געשפייזט און געהאלפן איבערלעבן, האט זיין אידישע נשמה נישט געקענט מער, און ער האט מקיים געווען די מצוה פון יהרג ואל יעבור, און נישט וועלנדיג אז די רשעים זאלן אים פייניגן און נאך הרגענען נאך אידן אינאיינעם מיט אים איז ער באגאנגען זעלבסטמארד איבערלאזנדיג א צעטעלע "זיי ווילן איך זאל ערמארדן די קינדערלעך"!

אויב ער קען נישט ראטעווען קינדערלעך, האט ער מער נישט וואס צו לעבן!
 
די זאנדער-קאמאנדא זעלבסט-מארד און אויפשטאנד

בילד: דער יודנראט אנפירער אין ווארשע געטא, אדם טשערניאקוב.

פון די סאמע ביטערסטע און רשעות'דיגסטע קאפיטלעך ביים קריג איז די "זונדער-קאמאנדא", די פארשאלטענע רשעים איז נישט געווען גענוג אז זיי זענען מערדער, נאר זיי האבן גאר געוואלט מאכן אידן פאר מערדער!

זיי האבן נישט געוואלט זיין צופרידן אז זיי מארדן אידן; זיי האבן געוואלט אידן זאלן מארדן אידן, און דעריבער האבן זיי ארגענאזירט די טייוולאנישע איינפאל פון זאנדער-קאמאנדא, ווי אידן זענען געכאפט געווארן צו טון די מעשי רציחה אין די טויט לאגערן, הרגענען די אידן און פארברענען זייערע גופים.   

די זונדערקאמאנדא זענען געווען די אומגליקליכסטע מענטשן וואס זענען אמאל באטראטן דעם יקום. מענטשן וואס מען האט געצווינגען צו זיין די וועלטס גרעסטע תליינים קעגן זייער ווילן און גלויבן, און האבן טעגליך אויסגעפירט די באפעלן פון מארדן טויזנטער אידן, וויסנדיג אז נאך א קורצע צייט קומט זייער רייע. די זונדערקאמאנדא האט מען נישט געהאלטן צו לאנג, כדי אז זיי זאלן נישט זיך ארגענאזירן, און אז די וועלט זאל קיינמאל נישט וויסן די פינסטערע סודות. יעדע דריי-פיר חדשים האבן די רשעים ערמארדעט די זאנדער-ארבעטער און גענומען פרישע. "רוי-מאטריאל" פון צו פארוואנדלען פרישע ארבעטער איז ליידער שטענדיג געווען אין פארעם פון פרישע טראנספארטן אידן.

די זאנדער-קאמאנדא האבן געטון די פאקטישע מארד-ארבעט. פון אראפלאדענען די מענטשליכע טראנספארטן פון די וואגאנען, נעמען די מענער פרויען און קינדער – טיילמאל די אייגענע קינדער און נאנטע פון די זאנדער ארבעטער- און זיי פירן צום סעלעקציע ווי די טייוולאנישע דאקטורים האבן "סארטירט" די מענטשן. דאן זיי פירן פונעם סעלעקציע צו די אונטער-ערדישע בניין פון די גאז קאמערן, זיי העלפן זיך אויסטון, אריינשיקן אין די גאז-שויערס, נאכהער זיך מטפל זיין מיט די קערפערס, ארויסשלעפן אלע גאלדענע ציין, ארויסנעמען אלע באהאלטענע ווערטפולע זאכן, סארטירן די אוצרות פון וועש און פארמעגנס וואס די אידן האבן נעבעך בתמימות מיטגעשלעפט, און נאכהער די גרויליגע ארבעט פון אריינשיטן די קערפערס אין איינע פון די פיר קאלעך-אויווענס, ביז צום ענדגילטיגן פארשפרייטן די אש אין ארומיגע פעלדער און טייכלעך.

די דייטשע מערדער האבן געקליבן די זאנדער ארבעטער, און עס איז געווען א געמיש פון מענטשן, פון נידריגע קרימינאלן ביז חשובע איידעלע אידן, וואס האבן נעבעך געמוזט טון די שווארצסטע ארבעט.

די שרעקליכע פאזיציע פון זיין די צוואנגס-מערדער האט געהאט א שרעקליכע ווירקונג אויף זייער גיסטישע און עמאציאנעלע צושטאנד. די זאנדער ארבעטער האבן געהאט פארשווארצטע פנימער פון דינען אלס "שיבערס" ביים אויווען, זיי האבן אויסגעזעהן ווי מלאכי חבלה, זיי האבן פארלוירן יעדן טעם אין לעבן, געארבעט אונטער צוואנג פון די נאצישע געווער ווי ראבאטן, זיי האבן געפילט א גרויל פון זיך אליין, אן אפשיי פון די מיאוסע פאזיציע.

און וויאזוי האבן די אידן רעאגירט? וויאזוי האט א איד געקענט שלום מאכן מיטן מצב אז ער איז דער מערדער פון זיין משפחה און זיין פאלק?

די אינסטינקט צו וועלן לעבן ביי א מענטש איז זייער שטארק, און ווען מען שטייט מיט א רעוואלווער איבערן קאפ, און וויסנדיג אז אויב די שטעלסטו זיך אנטקעגן וועט מען דיר ערמארדן און א צווייטער וועט עס טון, האבן ליידער רוב אידן געטון די פינסטערע ארבעט. די מערהייט מענטשן האבן ליידער געטון זייער פליכט, א שטארקן רצון צום לעבן, און מען האט זיך צוגעשטעלט. צוערשט האט מען געבראכן, געאיבלט, פרובירט באגיין זעלבסטמארד, נישט געקענט עסן און שלאפן; אבער געטון די ארבעט, די אינסטיקט צו וועלן לעבן איז שטארקער פון אלעס אין די וועלט, און אונטערן שוץ פונעם רעוואלווער האט מען געטון דאס אומגלויבליכע און אוממענטשליך-גרויזאמע. מיט די צייט האט מען אנגעהויבן עסן, זיך ווייניגער עקלען פון די ארבעט, און אויפהערן טראכטן. ווי אן איבערלעבער האט געשריבן אין זיינע מעמוארן "די גרעסטע נאצישע פארברעך איז נישט געווען זיי אויסמארדן, נאר נאך מער זיי אליין פארוואנדלען אין מערדער און געמיינע מענטשן"

אבער אסאך אידן מיט א צלם אלוקים זענען געגאנגען בדרכם פון שאול המלך און די אנדערע מקדשי שם שמים, און מקיים געווען יהרג ואל יעבור!

אסאך אידן האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די באפעלן פון די עס-עס און באלד דערשאסן געווארן שרייענדיג שמע ישראל, און זייענדיג צופרידן אז מען שטארבט אן בלוט אויף די הענט. אנדערע אידן וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט זענען געשטעלט געווארן אין די שורה פון מאסן אידן וואס ווארטן צו גיין זייער לעצטן וועג, אין די גאז קאמערן אריין; די אידן האבן געווארט מיט אנגסט, וויסנדיג אז אט אט קומט זייער לעבן צו אן ענדע, אבער מיט שמחה אז זיי שטארבן מיט א ריין געוויסן.

אסאך אידן זענען געווען וואס זענען באגאנגען זעלבסטמארד, צולויפנדיג צו די עלעקטעריק דראטן אדער בעטנדיג א קאלעגע אים צו דערשטיקן די טויט איז זיי געווען ליבערשט ווי מארד!

ליידער האבן די נאציס ימ"ש נישט געלאזט זיך מוסר נפש זיין, אסאך אידן האבן פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד אבער די רשעים האבן נישט געגעבן די הנאה אויך נישט. אין מעמוארן פון איבערלעבער שרייבן זיי איבער פעלער ווען זיי האבן געכאפט איינעם וועלנדיג באגיין זעלבסטמארד, האבן זיי אים צעשלאגן מיט בלוטיגע קלעפ ביז ער איז געפאלן באוואוסטלאז, און ווען ער האט זיך צוריקגעכאפט האט מען אים קראנקערהייט צוריקגעשטעלט צו זיין אכזריות'דיגע ארבעט.

א פרשה פון העלדישקייט איז געשעהן מיט פיר הונדערט אידן פון גריכנלאנד – די זעלבע מספר ווי די פיר הונדערט אידישע קינדער מארטירער פון די שיף - זענען גענומען געווארן צו די זאנדער-קאמאנדא, אבער האבן דערקלערט א ווידערשטאנד ווי זיי זענען אלע דערשאסן געווארן! די הילכענדע קול פון שיסערייען האבן אפגעהילכט איבער די בלוטיגע טעריטאריעס פון די מארד פאבריק, אבער דאס איז געווען א הילכיגע דעקלעראציע אז די מין האנושי פארמאגט נאך מענטשליכע געפילן, און אידן זענען גרייט אויף קידוש ה'!

איין גאר העלדישע פאסירונג פון זעלבסטמארד על קידוש ה' איז געשעהן ווען א גרופע זאנדער-קאמאנדא האט מחליט געווען צו גיין אין וועג פון שמשון הגיבור, און זיך אויפרייסן על קידוש ה' און אויפהערן די גרויליגע רציחות.
געשעהן איז דאס אום תשרי תש"ד, נאך יארן לאנג ווי די קאלעך אויווענס האבן געבראטן אידישע קינדער, האבן א גרופע זאנדער-קאמאנדא ארבעטער צוזאמען גענומען זייערע צעקלאפטע און פארביטערטע נשמות און זיך אונטערגענומען מיט א פעסטקייט צו מקדש זיין שם שמים און אפראטעווען אידישע נפשות דורך זיך אויפרייסן אין די גאז קאמער בניין.

אבער צו מאכן אן אופרייס דארף מען האבן געווער, די זאנדער קעמפער האבן אבער נישט געהאט קיין עכטע פארבינדונגען אינדרויסן פון אוישוויץ, און האבן נישט געקענט אליין טראכטן פון אן אויפשטאנד אויפן גרויסן אופן. די רצון האט געפלאקערט, אבער מען האט געזוכט זיך אנצוקניפן מיט די ריכטיגע מענטשן וואס קענען העלפן צום גרויסן ציל.

די זאנדער קאמאנדא האבן אנגעקניפט קשרים מיט אן ארגענאזירטע באוועגונג פון אידישע און פוילישע קאצעטניקעס וועלכע האבן אין געהיים קאנספירירט, און געהאט גרויסע פלענער צו באמבארדירן די קרעמאטאריומס, אויסהרגענען עס-עס וועכטער, און ארגענאזירן א מאסן אנלויפונגס פלאן, אבער אין די צייט וואס די געהיימע אויפשטענדלער האבן רוהיג און פארזיכטיג פלאנירט, האט אבער פאר די זאנדער-קאמפער די הויט געברענט, זיי האבן געזעהן דעם שווארצן בילד במלואה, און פארפירט אז יעדן טאג וואס מען ווארט קומען אום טויזנטער אידן, און נאך אביסל מען ווארט איז שוין נישטא גארנישט.

די זאנדער קאמאנדא האט דעריבער אליין אנגעהויבן ארבעטן צו איינהאנדלען אויפרייס מאטריאל, און פלאנירט  צו אויפרייסן די גיהנום בניין; די קעמפער האבן אבער נישט געוואוסט ווי שנעל זיי וועלן דאס טון.

איין טאג ווען די זאנדער ארבעטער זענען געווען פארזאמלט צו דיסקוסירן די פלענער, האט זיך אנגערוקט א דייטשער וועכטער מיטן נאמען קארל, און ער האט באלד דערשמעקט אז דא שמעקט פון אויפשטאנד.

די זאנדער מענטשן האבן דערשפירט אז דער קארל קען צונישט לייגן זייערע אלע פלענער, האבן זיי מיט א העלדישקייט אים געכאפט, און שטילערהייט אומשעדליך געמאכט מיט א מעסער און אריינגעשליידערט אין די פלאמען פון די קרעמאטאריום –כאשר זמם לעשות לאחיו.

יעצט האבן זיי געוואוסט מוז מען תיכף אנהייבן טון למעשה, ווייל אז די דייטשן כאפן זיך, וועט מען זיי אלע ערמארדן. די זאנדערלייט זענען ווייטער געבליבן פארזאמלט קאמפסגרייט, ביז די עס עס האט זיי אנגעהויבן זוכן, ווען די דייטשישע כחות זענען אנגעקומען האבן די רעוואלוציאנערן אויסגעגראבן די באהאלטענע געווער וואס זיי האבן געזאמלט א לאנגע צייט, און מקבל פנים געווען די עס עס לייט מיט א "הייסע" קבלת פנים. זיי האבן באווארפן דעם מארד-פאבריק מיט גראנאטן, עס האט זיך גענומען ברענען,

טייל זאנדער לייט זענען געלאפן צום וואלד, ווען א טייל קעמפער בלייבן אויפן פלאץ צו ענדיגן די מלאכה. א לאמזשער איד מיטן נאמען פאניטש, א זאנדער-מיטגליד האט געכאפט דעם אויבער-קאפא און אים לעבעדיג אריינגעשליידערט אין די ברענענדיגע קאלעכאויווען. אנדערע האבן געעפנט פייער אויף די דייטשע וואך-טורעמס. אנדערע האבן אויפגעשניטן די עלעקטערישע צוימען און און אנטלאפן צו די דערנעבנדע יישוב בודי.

די פלאן איז געווען דורכצושניידן די טעלעפאן ליניעס, אזוי ארום אז מען זאל קענען רעוואלטירן און שיסן אויף די וועכטער ביים ארט, און קיין גרעסערע קראפט פון זעלנער זאל נישט אנקומען אזוי שנעל. אין פאקט האבן די טעלעפאנען איבערגעלעבט דעם פרוב, די רוצחים זענען אינפארמירט געווארן, און פון גאנץ אוישוויץ זענען געקומען צולויפן טויזנטער נאצישע כחות צו מאכן סדר.

דער עס עס פירער פערי בראוד האט געשריבן אין זיינע טורמע-מעמוארן אז די דאזיגע אויפשטאנד האט געדארפט זיין א פיל גרעסערע, ווען אלע פיר קרעמאטאריומס נעמען אנטייל און באמבארדירן די קאלעכאויווענס. אבער ווי געזאגט איז די אויפשטאנד געווען א ספאנטאנע, ווען דייטשן האבן אנטדעקט דעם פארזאמלונג. דאס האט אנולירט די גרעסערע פלענער.

ווען  די זאנדער לייט פון קרעמאטאריום 3 האבן דערזעהן ווי זייערע קאלעגעס זענען אריין אין קאמף האבן זיי אויך אנגעכאפט א קאמפס-גרייטקייט און באגאסן די קרעמאטאריום געביידע נומער 3 מיט בענזין, און אנגעצינדן א גרויסע פייער. עס איז געווען אפגעשמועסט אז ווען די זונדערקאמאנדא לייט פון אנדערע קרעמאטאריומס זעען דעם פייער, צינדן זיי אן זייערע קרעמאטאריומס. אבער אין פאקט האבן די עס עס שנעל פארשלאסן אלע אנדערע זאנדער לייט, געשאסן עטליכע פון זיי, און דערשטיקט דעם אויפשטאנד נאך פאר זי האט ריכטיג אויסגעבראכן.

די עס עס זענען אריין אין א פאניק, זיי האבן אנגעהויבן שפירן באדראעט פון די נייע העלדישקייט צייכנס. עס שטעלט זיך ארויס אז נאך אזויפיל יארן פון שוידערליכע דערדריקונג, טוליעט נאך א פונק אין די פארשקלאפטע הערצער. נאך יארן אין אוישוויץ זאמלען אידן געווער, און זינגענדיג אידישע ניגונים באמבארדירן זיי די קאלעך-אויווענס!

פארשטייט זיך אז די אויסגעפרעסענע עס עס לייט, באוואפענט ביז די ציין און מאטיווירט מיט ענדלאזע שנאה און רציחה זענען געווען פיל שטערקער ווי די ארימע שוואכע אידן, זיי האבן געלאזט א העפטיגן פייער אויפן וועלדן וואס אונטער די קרעמאטאריע נומער 4 ווי עס האבן זיך קאנצעטרירט די אויפשטענדלער. זיי האבן גענומען נאכיאגן די אידן אין די ארומיגע געגנטער, און רציחה'דיג געשאסן יעדן נפש אין די גאנצע געגנט.

א גרופע העלדישע אידן האבן זיך פארבאראקאדירט אין א כאטקע אין די דערפל רייסקא, אכט קילאמעטער פון בירקענאו, און פון דארטן געשטעלט א פארצווייפלטן ווידערשטאנד. די עס האבן געשאסן פייער אויפן כאטקע און פארברענט מיט אירע אידן. סך הכל זענען צוויי הונדערט זאנדער לייט געפאלן אין די אומגלייכע קאמף.

די גוטע נייעס איז וואס די אידן וועלכע וואלטן סיי ווי אומגעקומען האבן עספיעט צו אויסמארדן אפאר פון די ארכי מערדער. די דריי הויכראנגיקע עס עס לייט רודאלף ערלער, ווילי פריזער און יאזעף פורקע, און נאך דריי עס עס קעמפער. ווי אויך האבן זיי שטארק פארוואונדעט נאך צוועלף עס-עס מערדער. ווי אויך איז געלונגען צו צושטערן די מארד פאבריק, גענצליך חרוב מאכן קרעמאטאריע נומער 4, און פארלאנגזאמען די שוואונג פון רציחות. און די גרעסטע דערגרייכונגע אז מען איז נישט געגאנגען ווי שאף צו די שחיטה, נאר אזוי ווי דוד המלך בעט "נפלה נא ביד ה', וביד אדם אל אפולה"

אין די זכרונות פון א בירקענאו ארעסטאנט וועלכע האט געארבעט אין די "קאנאדע איינהייט" ווי מען האט סארטירט די רויב פון די קרבנות. שילדערט זי "מיר האבן זיך געפינען אויף ארבעט אין קאנאדע, ווען פלוצים הערט זיך באנומענע געשרייען פון די עס עס לייט "קרעמאטאריום ברענט", די עס עס האבן אונז אלע איינגעשפארט אז מיר זאלן נישט קענען ארויסגיין. די רויך פון די ברענענדיגע קרעמאטאריום דרונגט אריין ביי אונז אין די באראק. אוי ווי אנגענעם איז די רויך. מער נישט די רויך וואס פארברענט אידן, דאסמאל א שמעקעדיגע רויך וואס פארברענט די רציחה-צענטער. עס רוישן עראפלאנען און מאטארן, די נאציס זענען ווילד, קומען צולויפן פארסאפעט, ברענגען כחות פון די פרעמד, און פון דערווייטנס הערט מען אידן זינגען אין לשון קודש'דיגע שפראך, און שרייען אידישע לאזונגען. ווי מיר הערן דאס –די ארעסטאנטן אין קאנאדע- האבן מיר זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט אין גרויס עקסטאז און גענומען מיטזינגען. די עס עס לייט ווערן ווילד, זיי פארנעמען נישט די פלוצים'דיגע אידישע שטאלץ, און שרייען "רוהיג, רוהיג" און צווינגען אונז צו זיין שטיל. מיר רייסן זיך צו די די פענסטער און זעען ווי קרעמאטאריומען ברענען, דאס פייער רייסט פון די גאז קאמערן, און אט פאלט איין דער דאך פונעם קרעמאטאריום. צו קען זיין א גרעסערע סאטיספאקאציע ווי צו זעהן ווי די באוואפענע שטאלצע עס עס לייט לויפן ארום ווי מטורפים און ווערן באשאסן דורך די פארשטעקטע אידישע זאנדער-קעמפער?!

אן אוישוויץ איבערלעבער האט דערציילט דעם שרייבער פון די שורות "די רציחה'דיגע קלעפ פון די דייטשע וועכטער זענען געווארן מער גרויזאם, זיי האבן מער געשלאגן אין די טעג און וואכן נאכן אויפשטאנד, אבער זייער שטאלץ איז געפאלן, זייער תקיפות האט איינגעשרימפן, און די אידישע איינגעבויגענע רוקנס האט עטוואס זיך אויסגעגראדט, מיר האבן געשעפט נחת צו זעהן ווי די רשעים זענען פארביטערט!"

די העלדישע מסירות נפש פון יונגע מיידלעך

פון ווי האבן די קעמפער געהאט געווער? אין אוישוויץ האט קיינער גארנישט געהאט. נישטאמאל די אייגענע נאמען. אלעס איז קאנספיקירט געווארן דורך די נאצישע רויבער. טא ווי האבן די קעמפער זיך איינגעהאנדלט געווער?

די געווער האבן צוגעשטעלט העלדישע אידישע מיידלעך וועלכע האבן ארויסגעוויזן גרויס מסירות נפש און העראאישקייט. די אידישע היסטאריע פון מארטירער איז פיל מיט געשיכטעס פון שוואכע מיידלעך, ארימע מאמעס און קינדער וואס האבן ארויסגעוויזן העלדישקייט אין די סאמע בלוטיגסטע מאמענטן!

די רעדע איז פון אידישע מיידלעך צוואנגס ארבעטארינס וועלכע האבן געארבעט אין די יוניאן פאבריק אין לאגער. דאס איז געווען א פולווער פראדוקציע פאבריק ווי מען האט מאנופעקטירט פארשידענע ארטילעריע. מחמת די וויכטיגקייט פון די פאבריק פארן קריגס מאשין, איז זי געווען זייער שטארק א באהיטענע, טאטאל איזאלירט און מיט אסאך שמירה.

א גרויסע גרופע אידישע מיידלעך האבן דארט געארבעט, אונטער שטארקע וואך.אסאך פון די מיידלעך זענען געווען קלוגע און ערנסטע מיידלעך וואס האבן געהאלטן קאפ, און שטענדיג געוועבט פלענער וויאזוי צו אפשטעלן די מארדן און ווידערשפעניגן אינעם שונא.

אין בירקענאו איז געווען א יונג מיידל רויזע ראבאטע, פון טשעכנאווו פוילן, זי איז שוין געווען אין אוישוויץ פאר דריי יאר פון אנפאנג 1942, און איר גאנצע משפחה און נאנטע זענען אומגעקומען. זי האט אנגעהאלטן קשר מיט גרופעס פון אויפשטענדלער. און זי האט אנגעקניפט קאנטאקטן אין די פולווער פאבריק. דאס מיידל האט געטון אסאך געהיימע אקטיוויטעטן, פון ארויסהעלפן ארעסטאנטן, ביז ארויסליפערן ידיעות צו די וועלט. זי האט זיך אסאך מאל איינגעשטעלט דאס לעבן.

רויזא איז געפינען געווארן פעהיג און וויליג צו העלפן די זאנדער-קאמאנדא קעמפער, און זי האט אנגעהויבן מיט גרויס חכמה –אינאיינעם מיט עטליכע מיידלעך וועלכע זענען בעאיינפלוסט געווארן פון איר- אויסליפערן בשתיקה קליינע קוואנטומס פולווער, פארשטעקנדיג נאכן ארבעט עטוואס פולווער שטאף אין די טיכל, אין די קנייטש פון די קלייד אדער אין די שיך.  די מיידלעך האבן דאן אין געהיים געטראפן די זאנדער-קעמפער און זיי איבערגעגעבן די סחורה, און האבן עס באגראבן אין א באהעלטעניש.

אט די פולווער האט טאקע אויפגעריסן די רציחה אפאראט ביים אויפשטאנד. עס איז מקויים געווארן "ויגזול את החנות מיד המצרי" און מיט זייער אייגענע וואפן האט מען זיי באמבארדירט.

נאכן אויפשטאנד און אויפרייס האבן די נאציס ימ"ש געפארשט וויאזוי עס איז געלונגען דורכצופירן דעם אויפשטאנד, זייער חשד איז געפאלן אויף די אידישע מיידלעך וואס האבן געהאט צוטריט צו די אויפרייס מאטעריאל, און נאך אינטענסיווע פארשונגען האבן זיי געלייגט א יד אויף די אידישע העלדין רויזא מיט אירע דריי פריינדינעס, אלע גערטענר, אסתר ווייצבלום און ראגינא סאפירשטיין, יונגע אכצן-צוואנציג יעריגע מיידלעך- זיי אריינגעשליידערט אין די טרויעריג בארימטע בלאק נומער עלף ווי מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע עינויים, געשענדעט און געלעסטערט, געמוטשעט און דערנידערט. פיר וואכן נאכאנאנד האט געדויערט די גרויזאמע אינקוויזיציע, אבער די פיר העלדן האבן זיך געהאלטן שטארק, נישט ארויסגעגעבן קיין שום אינפארמאציע וואס קען שעדיגן אנדערע ארעסטאנטן, און זיך געהאלטן שטארק, מיט א פעסטע אמונה ביז די לעצטע אטעם, און ווען די רשעים האבן אין די עפנטליכקייט באשטראפט די פיר מיידלעך דורך זיי הענגען אינמיטן פון די לאגער, אום יאנואר דער זעקסטער 1945, ממש הארט פאר די באפרייאונג, האבן זיי מקדש געווען שם שמים גייענדיג צו די תלייה מיט א רוהיגקייט, און אן פארראטן קיין שום איד. הונדערטער אוישוויץ ארעסטאנטן זענען געצווינגען געווארן צו מיטהאלטן די הענגען, די מיידלעך האבן אויסגעזעהן פארמאטערט, אבער באפרידיגט, וויסנדיג אז זיי ווערן אומגעברענגט פאר א הויכן אידעאל, לקדש שם שמים.
די עקזעקוציע פון די פיר מיידלעך איז געווען די לעצטע עפנטליכע מארד אין אוישוויץ, פאר די נאצישע מפלה.
 
בילד: אידישע זאנדער קאמאנדא ארבעטער געצווינגען צו ווערן פאטאגראפירט מיט די נאצישע מארד טעכנאלאגיע

א קאצקער חסיד איז זיך מתבונן אין זיינע לעצטע מינוטן

נאך די קריג איז ערשינען א גאר הפלא'דיגע צוואה – זעלבסטמארד-בריוול וואס א איד שרייבט אין ברען פון די ווארשע געטא אויפשטאנד, צווישן די חורבות פון ווארשע געטא. די צוואה איז א מייסטערווערק וואס צעשוידערט יעדע הארץ און שאקירט יעדן וואס ליינט איר.

אין פאקט איז זי בלויז א שילדערונג, און נישט קיין אויטענטישע צוואה, און גענוי ווי אין די פרשה פון דריי און ניינציג קדושות איז זי א פאסיגע שילדערונג פאר די פאקטישע מסירות נפש אקטן, און אז די קדושים האבן נישט געהאט די כח און מוט, מעגליכקייט און געוואגטקייט צו שרייבן צוואות, און מעגליך, נישט געוואוסט צו עס וועט בלייבן א לעבעדיגער איד וואס וועט ליינען זייערע צוואות, האבן זיי נישט געשריבן קיין צוואות, און זאל די ליטערארישע צוואה דינען ווי א לעבעדיגע עדות, און מקיים זיין "פתח פיך לאילם" צו זיין א צוואה פאר די וואס האבן נישט זוכה געווען צו האבן א שטיקל פאפיר אין די לעצטע מינוט.

די צוואה איז געשריבן געווארן דורך א שרייבער מיטן נאמען צבי קוליץ, וועלכער האט געוואוינט אין ארגענטינע און עס ליגט דערין א וועלט פון אידיש הארץ און נשמה, קונסט און כשרון. אט איז די שרייב-ווערק (מיט קליינע שינויים):

יאָסל ראַקאָווער רעדט צו ג-ט

אין איינער פון די חורבות פון וואַרשאַווער געטאָ צווישן הויפנס און פאַרסמאַליעטע שטיינער און מענטשלעכע ביינער, איז געפונען געוואָרן באַהאַלטן אין אַ קליין פלעשל פון בענזין די ווייטערדיקע צוואה געשריבן פון אַ אידן מיטן נאָמען יאָסל ראַקאָווער אין די לעצטע שעהן פון זיין לעבן אין ברענענדיקן וואַרשעווער געטאָ.

וואַרשע, דעם 28סטן אַפּריל 1943

איך, יאָסל, דער זון פון יאָסל ראַקאָווער פון טאַרנאָפּאָל, אַ חסיד פון גערער רבין און אָפּשטאַמיקער פון די צדיקים גדולים און קדושים פון די משפּחות ראַקאָווער און מייזלס, שרייב די דאָזיקע שורות, ווען דאָס וואַרשעווער געטאָ איז אין פלאַמען און דאָס הויז, וואו איך געפין זיך איצט איז איינס פון די לעצטע וואָס ברענען נאָך ניט. שוין אַ פּאָר שעה ווי אַ באַזונדערס שטאַרק אַרטילעריע-פייער איז געווענדט קעגן אונדז, און די ווענט אַרום מיר, ווערן צעגריזשעט און צעברעקלט פון דעם מוראדיקן פייער. עס וועט לאַנג ניט דויערן און אויך דאָס הויז וואו איך געפין זיך וועט ווי כמעט אַלע אונדזערע הייזער פון געטאָ ווערן אַ קבר פאַר זיינע באַשיצער און באַוואוינער.
לויט די שפּיזיק-שפיציעקע, באַזונדערס רויטע זונענשטראַלן, וואָס דרינגען אַריין דורך דעם קליינעם האַלב פאַרמויערטן פענצטערל פון מיין צימער, דורך וועלכן מיר האָבן אין משך פון טעג און נעכט באַשאָסן דעם שונא, פאַרשטיי איך, אַז עס דאַרף שוין זיין אַצינד אָוונט, ערב שקיעה. די זון ווייס גאָרניט מסתמא ווי ווייניק איך וועל באַדויערן וואָס איך וועל זי מער ניט זען. אַ מאָדנע זאַך האָט פּאַסירט מיט אונדז: עס האָבן זיך געביטן אַלע אונדזערע באַגריפן און געפילן, דער טויט, דער שנעלער, דער מאָמענטאַנער, קומט צו אונדז ווי אַן אויסלייזער, ווי אַ באַפרייער, ווי אַ קייטן-רייסער.
 חיות אין וואַלד זענען מיר אַזוי ליב און טייער, אַז איך פיל אַ טיפן ווייטיק, ווען איך הער אַז מען פאַרגלייכט די רשעים, וואָס ווילדעווען אין אייראָפּע, צו חיות. עס איז ניט אמת אַז היטלער האָט עפּעס חיהשעס איז זיך. ער איז, לויט מיין טיפער איבערצייגונג, אַ טיפּיש קינד פון דער מאָדערנער מענטשהייט. זי, די מענטשהייט, האָט אים געבוירן און דערצויגן און ער איז דער אָפנהערציקסטער אויסדרוק פון אירע טיף פאַרבאָרגענע וואונטשן. אין אַ וואַלד וואו איך האָב זיך באַהאַלטן, האָב איך געטראָפן ביי נאַכט אַ הונט, אַ קראַנקן, אַ פאַרהונגערטן, אפשר אויך אַ משוגענעם, מיטן עק צווישן די פיס. ביידע האָבן מיר באַלד דערפילט די געמיינזאַמקייט פון אונדזער לאַגע, ווייל די לאַגע פון די הינט איז דאָך ניט דער ערך בעסער ווי אונדזערע. ער האָט זיך צוגעטוליעט צו מיר, דער הונט, איינגעגראָבן זיין קאָפּ אין מיין שויס און געלעקט מיינע הענט. איך ווייס ניט, צי איך האָב ווען עס איז אַזוי געוויינט ווי אין יענער נאַכט. איך בין געפאַלן אויף זיין האַלדז און זיך צעוויינט ווי אַ קינד, אַז איך זאָל זאָגן: איך האָב דעמאָלט מקנא געווען די חיות, וועט עס קיין וואונדער ניט זיין, דאָס וואָס איך האָב געפילט איז אָבער געווען מער ווי קנאה. ס׳איז געווען שאַנד: איך האָב זיך געשעמט פאַרן הונט וואס איך בין ניט קיין הונט נאָר אַ מענטש, אַזוי איז עס. צו אַזאַ גייסט צושטאַנד זענען מיר דערגאַנגען: דאָס לעבן איז אַן אומגליק, דער טויט – אַן אויסלייזער דער מענטש – אַן אָנשיקעניש, די חיה – אַן אידעאַל, דער טאָג – אַ גרויל, די נאַכט – אַ אויסלייזונג.
מיליאָנען מענטשן אויף דער ווייטער, גרויסער וועלט, פאַרליבטע אין טאָג, אין זון און אין ליכט, ווייסן גאָרניט, האָבן גאָר קיין אנונג ניט, וויפל פינצטערניש און אומגליק זי, די זון, האָט אונדז געבראַכט. זי איז געוואָרן אַן אינסטרומענט, אין די הענט פון די רשעים און זיי האָבן זיך באַנוצט מיט איר ווי מיט אַ פּראָזשעקטאָר, כדי צו אַנטדעקן די טריט פון די וואָס אַנטלויפן, וואָס ראַטעווען זיך פון זיי. ווען איך מיט מיין פרוי און מיינע קינדער – זעקס זענען זיי געווען, האָבן זיך אין וועלדער באַהאַלטן, האָט די נאַכט, נאָר די נאַכט, אונדז באַהאַלטן אין איר בוזעם. דער טאָג האָט אונדז אויסגעליפערט צו די זוכערס פון אונדזערע נשמות. צי וועל איך דען פאַרגעסן דעם טאָג פון יענעם דייטשישן פייער-האָגל אויף טויזנטער פּליטים, אויפן וועג פון גראָדנע קיין וואַרשע? מיטן אויפגאַנג פון דער זון זענען אויפגעגאַנגען די עראָפּלאַנען און אַ גאַנצן טאָג האָבן זיי געמאָרדט און געמאָרדט. אין דער דאָזיקער לופט-שחיטה זענען אומגעקומען מיין פרוי מיט אַן עופעלע פון זיבן חדשים אויף אירע הענט, און צוויי אַנדערע פון מיינע געבליבענע פינף קינדער זענען אין יענעם טאָג פאַרשוואונדן, דוד און יהודה האָבן זיי געהייסן, איינער פיר, דער אַנדערער זעקס יאָר אַלט. מיט זון-אונטערגאַנג זענען די ווייניקע לעבן-געבליבענע ווייטער געגאַנגען זייער וועג אין דער ריכטונג פון וואַרשע און איך מיט מיינע דריי געבליבענע קינדער האָבן זיך אַוועקגעלאָזט איבער די וועלדער און פעלדער אַרום דעם שחיטה-פּלאַץ צו זוכן די קינדער, דוד! יהודה! – האָבן אין משך פון דער גאַנצער נאַכט אונדזערע געשרייען, געשניטן ווי מיט מעסערס די טויטשטילקייט אַרום, און אַ וואַלדעכאָ, אַ הילפסלאָזער, אַ רחמנותדיקער און אַ האַרצרייסנדיקער האָט געענטפערט אויף אונדזערע געשרייען מיט אַ טאָן פון אַ הספּד. איך האָב מיינע צוויי קינדער מער קיין מאָל ניט געזען און אין חלום האָט מען מיר געהייסן זיך מער ניט זאָרגן פאַר זיי, ווייל זיי געפינען זיך אין די הענט פון רבונו-של-עולם.
די אַנדערע דריי קינדער מיינע זענען אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ. רחלע, מיין טעכטערל, צען יאָר אַלט, האָט געהערט אַז אינעם שטאָטישן מיסטקאַסטן, אויף דער צווייטער זייט פון געטאָ-וואַנט, קאָן מען געפינען שטיקלעך ברויט, דאָס געטאָ האָט דאַן געהונגערט, און די פון הונגער געשטאָרבענע האָבן זיך געוואַלגערט ווי שמאַטעס אין די גאַסן. אין געטאָ זענען מענטשן באַדייט געווען צו שטאַרבן מיט יעדן טויט אָבער ניט מיט קיין הונגער טויט. דאָס איז מסתמא דערפאַר, וואָס אין דער צייט ווען אַלע פאַרלאַנגען פון אַ מענטשן קאָנען ביסלעכווייז אָפּגעטויט ווערן, איז דער ווילן צו עסן דער איינציקער, וואָס בלייבט, אַפילו ווען מען ווינטשט זיך דעם טויט, מען האָט מיר דערציילט וועגן אַ אידן, אַ האַלב-פאַרהונגערטן, וואָס האָט געזאָגט צו אַ צווייטן: אַך, ווי גוט מיר וואָלט געווען, ווען איך קאָן שטאַרבן נאָך דעם ווי איך וועל איין מאָל אָפּעסן ווי אַ מענטש!
רחלע האָט מיר ניט דערציילט פון איר פּלאַן זיך אַרויסצוגנבען פון געטאָ – אַ פאַרברעכן, פאַר וועלכן מען האָט באַשטראָפט מיט טויט – און צוזאַמען מיט אַ חברטע אירער, אַ מיידעלע אין איר עלטער, האָט זי זיך געלאָזט אויפן געפערלעכן וועג. אין דער  נאַכט-פינצטערניש איז זי אַוועק פון דער היים און מיט זונאויפגאַנג איז זי מיט איר חברטע באַמערקט געוואָרן אויף יענער זייט פון די געטאָ-טויערן. נאַצישע געטאָ-שומרים צוזאַמען מיט צענדליקער פּוילישע מיטהעלפער האָבן באַלד אָנגעהויבן אַ געיעג אויף די אידישע קינדער, וואָס האָבן זיך דערוועגט צו זוכן שטיקלעך ברויט אין אַ מיסטקאַסטן, כדי ניט אויסצוגיין פון הונגער. מענטשן, וואָס האָבן דעם דאָזיקן געיעג בייגעוואוינט, האָבן ניט געגלויבט וואָס זייערע אויגן זעען. אַפילו  אין געטאָ איז עס געווען אַ נייעס, מען האָט געקאָנט מיינען, אַז דאָס יאָגט מען זיך נאָך אַנטלאָפענע געפערלעכע פאַרברעכער, צענדליקער רשעים האָבן זיך געלאָזט אין אַן אַטאַק-געלויף נאָך צוויי צען-יאָריקע פאַרהונגערטע קינדער, וואָס האָבן לאַנג ניט אויסגעהאַלטן און איינע פון זיי, מיין טאָכטער, איז געפאַלן אַ דערשעפּטע אויף דער ערד, און די נאַציס האָבן איר דורכגעשטאָכן דעם קאָפּ. די צווייטע האָט זיך געראַטעוועט פון זייערע הענט, אָבער צוויי וואָכן שפּעטער איז זי געשטאָרבן אַ גערירטע פון זינען.
דאָס פינפטע קינד, יעקב, אַ אינגל פון דרייצן יאָר, איז אינעם טאָג פון זיין בר-מצווה געשטאָרבן פון טובערקולאָז. זיין טויט איז געווען אַן אויסלייזונג פאַר אים. דאָס לעצטע קינד, מיין פופצן-יאָריקע טעכטערל חוה, איז אומגעקומען אין אַ קינדער-אַקציע. וואָס האָט זיך אָנגעהויבן באַגינען דעם ערשטן טאָג ראש-השנה און זיך געענדיקט מיט זון-אונטערגאַנג. יענעם טאָג האָבןָ הונדערטער אידישע משפּחות פאַרלוירן זייערע קינדער.
אַצינד איז מיין שעה געקומען, און ווי איוב קאָן איך זאָגן אויף זיך – און איך בין ניט דער איינציקער וואָס קאָן עס זאָגן: אַ נאַקעטער קער איך זיך אום צו דער ערד, אַ נאַקעטער ווי אין טאָג פון געבוירן. דריי און פערציק יאָר בין איך אַלט, און ווען איך קוק אַצינד צוריק אויף די פאַרגאַנגענע יאָרן, קאָן איך זאָגן מיט זיכערקייט, אויף וויפל אַ מענטש בכלל קאָן זיכער זיין מיט זיך, אַז איך האָב געלעבט אַן ערלעך לעבן. איך בין געווען געבענטשט אַמאָל מיט הצלחה אין מיין לעבן, אָבער איך האָב זיך מיט דעם קיין מאָל ניט איבערגענומען. איך האָב געהאַט אַן אָפן הויז פאַר איטלעכן באַדערפטיקן און איך בין גליקלעך געווען, ווען איך האָב געקאָנט טאָן מענטשן אַ טובה. איך האָב געדינט ג-ט מיט התלהבות און מיין איינציקע בקשה צו אים איז געווען, אַז ער זאָל מיר לאָזן אים דינען ״בכל לבבך, בכל נפשך ובכל מאדך״. ... איך קאָן זאָגן מיט דער גאַנצער זיכערקייט, אַז מיין גלויבן אין אים האָט זיך אויף אַ האָר ניט געביטן.....
ג-ט האָט פאַרשטעלט זיין פּנים פון דער וועלט און האָט, אַזוי אַרום, מקריב געווען די מענטשן צו זייערע ווילדע יצרים, דערפאַר האַלט איך, אַז עס איז ליידער גאָר נאַטירלעך וואָס בעת די יצרים באַהערשן די וועלט מוזן די יעניקע, וואָס אין זיי לעבט דאָס געטלעכע און ריינע, זיין די ערשטע קרבנות. עס איז אפשר ניט קיין נחמה, נאָר אַזוי ווי דער גורל פון אונדזער פאָלק ווערט ניט באַשטימט דורך ערדישע נאָר דורך איבער-ערדישע אויסרעכענונגען, גייסטיקע און געטלעכע, דאַרף דער מאַמין זען אין די דאָזיקע געשעענישן אַ טייל פון אַ גרויסן געטלעכן חשבון, לגבי וועלכן מענטשלעכע טראַגעדיעס האָבן אַ קליין חשיבות......
אין אַ צושטאַנד אַזאַ דערוואַרט איך, נאַטירלעך, ניט קיין נסים און איך בעט אים ניט, מיין ג-ט, ער זאָל אויף מיר רחמנות האָבן. זאָל ער זיך באַציען צו מיר מיט דער זעלביקער הסתרת-פּנים.. ווי ער האָט זיך באַצויגן צו מיליאָנען פון זיין פאָלק, איך בין ניט קיין יוצא מן הכלל און איך דערוואַרט ניט צו מיר קיין באַזונדערע באַציאונג. איך וויל מער ניט פּרובירן זיך צו ראַטעווען און איך וועל פון דאַנען מער ניט אַנטלויפן. איך וועל לייכטער מאַכן דעם פייער זיין אַרבעט דורך דעם וואָס איך וועל פייכט מאַכן מיינע בגדים מיט בענזין. דריי פלעשלעך בענזין געפינען זיך נאָך אין מיין רשות, נאָך דעם ווי איך האָב אויסגעליידיקט אַ פּאָר צענדליק פון זיי אויף די קעפּ פון די מערדער, דאָס איז געווען אַ גרויסער מאָמענט אין מיין לעבן און איך האָב האַרציק געלאַכט דערביי. איך האָב מיר קיין מאָל ניט פאָרגעשטעלט, אַז דער טויט פון מענטשן, אַפילו פון שונאים און אַפילו פון אַזעלכע שונאים, וועט מיך קאָנען אַזוי פרייען. מעגן נאַרישע הומאַניסטן זאָגן וואָס זיי ווילן – נקמה איז געווען און וועט שטענדיק בלייבן דער לעצטער קאַמפסאיינדרוק און די גרעסטע נשמה-באַפרידיקונג. ביז אַצינד האָב איך קיין מאָל ניט פאַרשטאַנען אַזוי גוט יענע מימרא אין גמרא, אַז נקמה איז הייליק ווייל זי איז דערמאָנט צווישן צוויי מאָל ג-ט, ווי עס שטייט: אל נקמות ה׳. אַצינד פאַרשטיי איך עס. אַצינד פיל איך עס און אַצינד ווייס איך פאַר וואָס פרייט מיר אַזוי דאָס האַרץ ווען איך דערמאָן זיך, אַז שוין יאָר-טויזנטער ווי מיר רופן אונדזער ג-ט – ג-ט פון נקמה, אל נקמות אדנ״י.
און אַצינד, ווען איך בין בכוח צו זען דאָס לעבן און די וועלט מיט באַזונדער קלאָרע אויגן, וואָס נאָר אין זעלטענע פאַלן ווערט עס געגעבן אַ מענטשן פאַרן טויט, דוכט זיך מיר, אַז ס׳איז דאָ אַ יסודותדיקער אונטערשייד  צווישן אונדזער ג-ט און דעם ג-ט פון די פעלקר: אונדזער ג-ט איז דער ג-ט פון נקמה און די תורה אונדזערע איז פול מיט טויטשטראָפן פאַר עבירות – און דאָך איז גענוג געווען, אַז דער סנהדרין, דער העכסטער געריכט פון אונדזער פאָלק אין זיין לאַנד, זאָל איין מאָל אין זיבעציק יאָר פאַרמשפּטן אַ מענטשן צום טויט, אַז מען זאָל די ריכטער באַטראַכטן ווי מערדער; דער ג-ט פון פעלקער, אָבער האָט אָנגעזאָגט ליב צו האָבן יעדן נברא בצלם – און אין זיין נאָמען פאַרגיסט מען אונדזער בלוט טאָג-איין טאָג-אויס שוין באַלד צוויי טויזנט יאָר.
יאָ, איך האָב גערעדט וועגן נקמה. מיר האָבן נאָר אין זעלטענע פאַלן געקאָנט זען אמתע נקמה, אָבער ווען מיר האָבן עס געזען איז עס געווען אַזוי גוט און אַזוי וואויל צו זען, אַז איך האָב געפילט אַ טיפע באַפרידיקונג, אַ גרויס גליק, עפּעס אַ גאַנץ ניי לעבן האָט זיך אָנגעהויבן פאַר מיר, אַ טאַנק האָט זיך פּלוצלונג אַריינגעריסן אין אונדזער גאַס און ער איז באַוואָרפן געוואָרן פון אַלע באַפעסטיקע הייזער אַרום מיט ברענענדיקע בענזין-פלעשלעך, זיי האָבן אָבער ניט געטראָפן וואו מען דאַרף. איך און מיינע חברים האָבן אָפּגעוואַרט ביז דער טאַנק איז פאַרבייגעפאָרן ממש אונטער אונדזער נאָז, און מיר האָבן אים דורכן הַאלב פאַרמויערטן פענצטערל מיט אַ מאָל אַטאַקירט. דער טאַנק איז באַלד געווען אין פלאַמען, און זעקס ברענענדיקע נאַציס זענען פון אים אַרויסגעלאָפן. אַך, האָבן זיי געברענט! זיי האָבן געברענט ווי די אידן וואָס זיי האָבן פאַרברענט, אָבער געשריען האָבן זיי מערער פון די אידן. די אידן שרייען ניט. זיי נעמען אויף דעם טויט ווי אַן אויסלייזער. דאָס וואַרשעווער געטאָ שטאַרבט אין קאַמף. שטאַרבט שיסנדיק, קעמפנדיק, ברענענדיק, אָבער – ניט שרייענדיק!
דריי פלעשלעך בענזין געפינען זיך נאָך אין מיין רשות, און טייער זענען זיי מיר, ווי דעם שיכור וויין, נאָך דעם ווי איך וועל אויסליידיקן איין פלעשל אויף מיר, וועל איך אינעם ליידיקן פלעשל אַריינטאָן דאָס פּאַפּיר אויף וועלכן איך שרייב די דאָזיקע שורות און באַהאַלטן דאָס פלעשל צווישן די ציגל פון דעם האַלב פאַרמויערטן פענצטערל פון צימער. אויב איינער וועט עס אַמאָל געפינען און עס לייענען, וועט ער אפשר פאַרשטיין דאָס געפיל פון אַ אידן, איינעם פון מיליאָנען, וואָס איז געשטאָרבן אַ פאַרלאָזענער פון ג-ט, אין וועמען ער גלייבט אַזוי שטאַרק. די צוויי אַנדערע פלעשער וועל איך לאָזן עקספלאַדירן אויף די קעפּ פון די רשעים, ווען מיינע לעצטע מינוטן וועלן קומען.
צוועלף מענטשן זענען מיר געווען אין צימער ביים אָנהייב פון אויפשטאַנד און ניין טעג האָבן מיר געקעמפּט קעגן שונא. אַלע עלף חברים מיינע זענען געפאַלן, געשטארבן שטיל, אַפילו דאָס קליינע אינגעלע איז געשטארבן שטיל, רואיק, ווי זיינע עלטערע חברים, היינט פרי איז עס געווען. די מערסטע פון אונדז האָבן שוין מער ניט געלעבט. דאָס אינגעלע האָט אַרויפגעקלעטערט אויפן בערגל טויטע, כדי צו כאַפּן אַ בליק דורכן האַלב פאַרמויערטן פענצטערל. אייניקע מינוטן איז ער אַזוי געשטאַנען לעבן מיר, און פּלוצלונג איז ער געפאַלן אויף הינטן, זיך אַראָפּגעקייקלט פון די קערפּערס פון די געפאַלענע און געבליבן ליגן ווי אַ שטיין, אויף זיין קליינעם, בלייכן שטערן, צווישן די צווי שוואַרצע האָרלאָקן, האָט זיך באַוויזן אַ בלוטפלעק, אַ קויל אין קאָפּ.
ביז נעכטן אין דער פרי, ווען דער שונא האָט באַגינען געעפנט אַ העליש פייער קעגן אונדזער פעסטונג, איינע פון די לעצטע אין געטאָ, האָבן נאָך אַלע געלעבט, פינף זענען געווען פאַרוואונדיקט און האָבן ווייטער געקעמפט. אין פאַרלויף פון נעכטיקן און היינטיקן טאָג זענען זיי אַלע געפאַלן, איינער נאָכן אַנדערן, איינער אויפן אַנדערן זענען זיי געפאַלן, שטייענדיק אויף דער וואַך און שיסנדיק, ביז אַ קויל האָט זיי געטראָפן.
אויסער די דריי פלעשלעך בענזין האָב איך מער קיין אַמוניציע ניט. פון די דריי אויבערשטע שטאַָקן איבער מיר ווערט נאָך העפטיק געשאָסן. זיי קאָנען אָבער מער קיין הילף ניט שיקן, ווייל לויט אַלע סימנים זענען די טרעפּ חרוב געוואָרן דורכן קאַנאָנען-פייער און איך גלויב אַז דאָס הויז האַלט שוין ביים איינפאַלן. איך ליג אויף דער ערד און שרייב די דאָזיקע שורות, און אַרום מיר – מיינע טויטע חברים. איך קוק אויף זייערע פּנימער און מיר דוכט זיך, אַן איראָניע ליגט אויף זיי אויסגעגאָסן, פּונקט ווי זיי וואָלטן מיר געזאָגט: ״האָב געדולט אַ ביסל, דו נאַרישער מענטש, נאָך אַ פּאָר מינוט און אויך דיר וועט אַלץ קלאָר ווערן״. די דאָזיקע שפּאָטנדיקע איראָניע שרייט באַזונדערס אַראָפּ פונעם פּנימל פון דעם קליינעם אינגעלע, וואָס ליגט ווי אַ שלאָפנדיקער לעבן מיין רעכטער האַנט. זיין קליין מיילכעלע איז פאַרצויגן פּונקט ווי ער וואָלט געשמייכלט. און מיר, וואָס לעבט נאָך און פילט נאָך און דענקט נאָך ווי אַ בשר-ודם, מיר דוכט זיך, אַז ער לאַכט פון מיר, ער לאַכט פון מיר מיט יענעם שטילן אָבער פילזאָגנדיקן לאַכן פון מענטשן וועלכע ווייסן אַ סך, ווען זיי ריידן מיט מענטשן, וואָס ווייסן גאָרנישט און מיינען, אַז זיי ווייסן אַלץ. ער ווייס שוין אַלץ אַצינד, דאָס אינגעלע, אים איז שוין אַלץ קלאָר. ער ווייס אַפילו פאַר וואָס איז ער געבוירן געוואָרן, אויב ער האָט געדאַרפט אַזוי גיך שטאַרבן און פאַר וואָס ער איז געשטאָרבן, ווען ער איז דאָך ערשט מיט פינף יאָר צוריק געבוירן געוואָרן, און אויב אַפילו ער ווייס עס ניט, ווייס ער ווייניקסטנס, אַז דאָס יאָ-וויסן אָדער דאָס ניט-וויסן וועגן דעם איז לחלוטין אומוויכטיק און אומבאַדייטנדיק ביי דער התגלות פון דער געטלעכער הערלעכקייט אין יענער בעסערער וועלט, וואו ער געפינט זיך אַצינד, אפשר אין אָרעמס פון זיינע געמאָרדעטע עלטערן, צו וועמען ער איז צוריק געקומען. אין אַ שעה-צוויי אַרום וועל איך עס אויך וויסן. אויב מיין פּנים וועט ניט פאַרצערט ווערן פונעם פייער, וועט אפשר אַן ענלעכער שמייכל רוען אויף אים נאָך מיין טויט, דערווייל אָבער לעב איך נאָך און צו מיין ג-ט, פאַר מיין טויט, וויל איך ריידן ווי אַ לעבעדיקער, ווי אַ פּשוטער, לעבעדיקער מענטש, וואָס האָט געהאַט דעם גרויסן, אָבער אומגליקלעכן כבוד צו זיין אַ איד.
איך בין שטאָלץ וואָס איך בין אַ איד ניט צו להכעיס דער וועלט פאַר איר באַציאונג צו אונדז, נאָר דווקא צוליב דער דאָזיקער באַציאונג, איך וואָלט זיך געשעמט צו זיין אַן אָנגעהעריקער צו יענע פעלקער, וואָס האָבן געבוירן און דערצויגן יענע רשעים, וואָס טראָגן די אחריות פאַר די מעשים קעגן אונדז.
איך בין שטאָלץ צו זיין אַ איד, ווייל צו זיין אַ איד איז שווער, אוי, ווי שווער. עס איז ניט קיין קונץ צו זיין אַן ענגלענדער, אַן אַמעריקאַנער, אָדער אַ פראַנצויז. ס׳איז לייכטער און באַקוועמער צו זיין איינער פון זיי, אָבער בשום אופן ניט בכבודיקער. יאָ, ס׳איז אַ כבוד צו זיין אַ איד.
איך גלויב, אַז זיין אַ איד הייסט זיין אַ קעמפער, אַן אייביקער שווימער קעגן ברודיקן, פאַרברעכערישן מענטשלעכן שטראָם. דער איד איז אַ העלד, אַ מאַרטירער, אַ הייליקער, איר זאָגט, שונאים, אַז מיר זענען שלעכט. מיר זענען בעסער און פיינער פון אייך – איך וואָלט וועלן זען ווי איר וואָלט אויסגעזען אויף אונדזער פּלאַץ.
איך בין גליקלעך צו געהערן צום אומגליקלעכסטן פון אַלע פעלקער אויף דער וועלט. וואָס די תורה זיינע פאַרטרעט דאָס העכסטע און שענסטע פון אַלע געזעצן און מאָראַלן. די דאָזיקע תורה איז אַצינד נאָך מער געהייליקט און פאַראייביקט געוואָרן דורך דעם וואָס זי איז פאַרשוועכט און געשענדט געוואָרן דורך ג-טס שונאים.
איך גלויב, אַז מען ווערט געבוירן אַ איד פּונקט ווי מען ווערט געבוירן אַ קינסטלער. פון זיין אַ איד קאָן מען זיך ניט באַפרייען, דאָס איז אַ געטלעכע מעלה אין אונדז, וואָס האָט אונדז געמאַכט פאַר זיין אויסדערוויילט פאָלק. די וואָס פאַרשטייען דאָס ניט, וועלן קיין מאָל ניט פאַרשטיין דעם העכערן זינען פון אונדזער מאַרטיראָלאָגיע. ניטאָ קיין גאַנצערע זאַך פון אַ צעבראָכן האַרץ – האָט געזאָגט אַ גרויסער רבי, און ס׳איז ניטאָ קיין מער אויסדערוויילט פאָלק ווי אַ שטענדיק גערודפט פאָלק. ווען איך וואָלט ניט געגלויבט אַז ג-ט האָט אונדז אַמאָל באַשטימט ווי זיין אויסדערוויילט פאָלק וואָלט איך געגלייבט אַז אונדזערע צרות האָבן אונדז אויסדערוויילט.
גאט: דו זאָגסט, אַז דו וועסט נאָך אונדזערע שונאים באַצאָלן! – איך בין איבערגעצייגט אין דעם, אַז דו וועסט זיי באַצאָלן אָן רחמנות, אין דעם בין איך ניט מסופּק. – אָבער, צי עס איז פאַראַן אַ שטראָף אויף דער וועלט וואָס זאָל זיין אימשטאַנד צו מאַכן פאַרגעבן דעם פאַרברעכן, וואָס איז קעגן אונדז באַגאַנגען געוואָרן.
זיי מוחל די יעניקע, וואָס האָבן זיך אָפּגעקערט פון דיר אין זייער אומגליק, אָבער אויך די יעניקע פון דיין פאָלק, וואָס האָבן זיך אָפּגעקערט פון דיר אין זייער גליק.... שלאָג זיי ניט דערפאַר, פּחדנים שלאָגט מען ניט, אויף פּחדנים האָט מען רחמנות, און אויף זיי מער ווי אויף אונדז דערבאַרעם זיך, ג-ט!
און זאָגן זאָג איך דיר דאָס, ווייל איך גלייב אין דיר, ווייל איך גלייב אין דיר מער ווי תמיד, ווייל אַצינד ווייס איך, אַז דו ביסט מיין ג-ט, ווייל דו קאָנסט דאָך ניט זיין דער ג-ט פון די יעניקע, וואָס די מעשים זייערע זענען די שרעקלעכסטע גילויים פון קעמפ-נדיקער ג-טלאָזיקייט.
אויב דו ביסט ניט מיין ג-ט – וועמענס ג-ט ביסטו? דער ג-ט פון די מערדער?
אויב די וואָס האַסן מיך, וואָס מאָרדן מיך, זענען אַזוי פינצטער, אַזוי שלעכט – וואָס דען בין איך אויב ניט דער וואָס טראָגט אין זיך עפּעס פון דיין ליכט, פון דיין גוטסקייט?
עס איז געשריבן אין דיין תורה, אַז אַ גנב דאַרף האַרבער באַשטראָפט ווערן ווי אַ גזלן, כאָטש דער גנב באַפאַלט ניט פיזיש זיין קרבן און פּרובירט נאָר באַראַבעווען אים אין דער שטיל, ווייל דער גזלן באַפאַלט זיין קרבן אין מיטן העלן טאָג און האָט אַזוי מורא פאַר מענטשן ווי ער האָט מורא פאַר ג-ט.
דער גנב האָט מורא פאַר מענטשן אָבער ניט פאַר ג-ט, און דערפאַר איז זיין שטראָף אַ גרעסערע ווי דעם גזלנס.
עס וואָלט מיר ניט געאַרט ווען צו די מערדער באַציסטו זיך ווי צו גזלנים, ווייל זייער באַציאונג צו דיר און צו אונדז איז די זעלביקע, און פון זייער מאָרד און פאַרברעכן מאַכן זיי קיין סוד ניט.
אָבער צו די פאַרשווייגער פון מאָרד, צו די יעניקע, וואָס האָבן פאַר דיר ניט קיין מורא און האָבן אָבער מורא פאַר דעם וואָס מענטשן וועלן זאָגן (נאַראָנים, זיי ווייסן ניט, אַז די מענטשן וועלן גאָרנישט זאָגן!), וואָס האָבן רחמנות אויף דעם וואָס טרינקט זיך און זאָגן זיך אָפּ אים צו ראַטעווען – זיי, אַ, זיי, באַשווער איך דיר, ג-ט, זיי זאָלסט באַשטראָפן ווי גנבים!
דער טויט קאָן מער ניט וואַרטן און איך דאַרף ענדיקן מיין שרייבן, פון די אייבערשטע שטאָקן איבער מיר ווערט דאָס פייער שוואַכער פון מינוט צו מינוט, עס פאַלן אַצינד די לעצטע פאַרטיידיקער פון אונדזער פעסטונג און מיט זיי פאַלט און שטאַרבט די גרויסע, די שיינע, די ג-טספאָרכטיקע אידישע וואַרשע. די זון איז שוין ביים אונטערגיין און איך דאַנק ג-ט וואָס איך וועל זי מער ניט זען, אַ רויטקייט פון שריפות שלאָגט אַריין דורכן פענצטער, און דאָס שטיקל הימל וואָס איך זע איז רויט און צעכוואַליעט ווי אַ וואַסערפאַל פון בלוט. העכסטנס אין אַ שעה אַרום וועל איך שוין זיין מיט מיין ווייב און קינדער און מיט מיליאָנען אַנדערע אומגעקומענע פון מיין פאָלק אין יענער בעסערער וועלט, וואו עס זענען מער קיין ספקות ניטאָ און וואו ג-ט איז דער איינציקער הערשער.
איך שטאַרב אַ רואיקער, אָבער ניט קיין באַפרידיקטער, אַ געשלאָגענער, אָבער ניט קיין פאַריאושטער, אַ גלייביקער, אָבער ניט קיין בעטנדיקער, אַ פאַרליבטער אין ג-ט....
איך בין אים נאָכגעגאַנגען, אַפילו ווען ער האָט מיך דערווייטערט פון זיך, איך האָב געטאָן זיין געבאָט, אַפילו ווען ער האָט מיך געשלאָגן, איך האָב אים ליב געהאַט, איך בין געווען און געבליבן פאַרליבט אין אים, אַפילו ווען מען האָט מיך צו דער ערד דערנידעריקט, צום טויט געפּייניקט, צו שאַנד און צו שפּאָט געמאַכט.
מיין רבי פלעגט מיר שטענדיק דערציילן אַ מעשה וועגן אַ איד, וואָס איז אַנטלאָפן מיט זיין פרוי און קינד פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע און האָט זיך אויף אַ קליין שיפל איבער אַ שטורמישן ים דערשלאָגן צו אַ שטיינערנעם אינדזל. איז געקומען אַ בליץ און דערהרגעט זיין פרוי. איז געקומען אַ שטורעם און אַריינגעוואָרפן זיין קינד אין ים אַריין. אַליין, עלנט ווי אַ שטיין, נאַקעט און באָרוועס, געשלאָגן פון שטורעם און געשראָקן פון דונערן און בליצן, מיט האָר צעשויבערטע און הענט צו ג-ט אויסגעשטרעקטע, איז דער איד ווייטער געגאַנגען זיין וועג אויפן וויסטן פעלדזן-אינדזל און האָט זיך געווענדט צו ג-ט אַזוי צו זאָגן:
״ג-ט פון ישראל, איך בין אַנטלאָפן אַהער, כדי איך זאָל דיך קאָנען אומגעשטערט דינען, טאָן דיינע געבאָטן און הייליקן דיין נאָמען, דו אָבער טוסט אַלץ, אַז איך זאָל אין דיר ניט גלייבן. קוים אָבער פאַלט דיר איין, אַז דיר וועט געראָטן מיט די דאָזיקע נסיונות מיך אַראָפּצופירן פון ריכטיקן וועג, מעלד איך דיר, ג-ט מיינער און ג-ט פון מיינע עלטערן, אַז דו וועט עס גאָרניט העלפן, מעגסטו מיך שלאָגן, מעגסטו אַוועקנעמען פון מיר דאָס טייערסטע און בעסטע וואָס איך האָב אויף דער וועלט מעגסטו מיך צום טויט פּייניקן – איך אין דיר וועל שטענדיק גלויבן, איך דיך וועל שטענדיק ליב האָבן, שטענדיק !״
און דאָס זענען אויך מיינע לעצטע ווערטער צו דיר....געלויבט זאָל זיין ביז אייביק דער ג-ט פון די טויטע, דער ג-ט פון נקמה, דער ג-ט פון אמת און פון דין, וואָס וועט ווידער באַלד באַווייזן זיין פּנים פאַר דער וועלט און וועט צעטרייסלען אירע יסודות מיט זיין אַלמעכטיקן קול —
שמע ישראל! ה׳ אלקינו, ה׳ אחד!
בידך ה׳ אפקיד רוחי!

 די שוידערנדע ווערק איז א גוטע אילוסטראציע פון די ברויזנדע געפילן פון א מקדש שם שמים אין ווארשע געטא, שמועסט זיך אויס מיט זיין טאטען אין הימל אין זיינע לעצטע מאמענטן, פאר ער באגייט זעלבסט-מארד, כדי אויסצומיידן אריינצופאלן אין די הענט פון די מערדער.
 
די העלדישקייט פון אידן ביים ביטערן חורבן

טראץ וואס מען ליינט צומאל איבער מענטשן אין צרות וואס האבן פארלוירן יעדע מענטשליכע צורה און געווען גרייט צו טון שרעקליכסטע אקטן זיך צו ראטעווען, און ווי די שרעקליכע קללה פון די תוכחה "ידי נשים רחמניות בישלו ילדיהם" איז אבער ביים קריג אזוינע זאכן זיכער נישט געווען קיין ערשיינונג, אזוי ווי דער גרויסער חרדישער משורר און פאראייביגער פונעם חורבן, הגאון רבי אפרים אשרי זצ"ל שרייבט אין "ממעמקים" מיט א שטאלץ אז טראץ וואס מען זעהט ביי די תוכחה און די קינות איבער שרעקליכע ערשיינונגען ווי מענטשן האבן אויס טירוף געטון מעשי רציחות און אכזריות, אבער ישראל עם קדושים האבן נישט געטון אזוינע זאכן נאר מען האט געליטן און נישט פארלוירן דעם צלם אלקים אינעם חורבן.

און לאמיר ענדיגן מיט: וויקטאר פראנקל. דער אידישער פסיכאלאג. איז געווען א חבר און תלמיד פון דעם באקאנטן פסיכאלאג און טאטע פון פסיכא-אנאליסעס זיגמונד פרויד און געלעבט אין די זעלבע פסיכאלאגישע סאסייעטי אין וויען.

די דאזיגע גרופע פון ווינער פסיכאלאגיע ריזן האט געטוישט די וועלט פון פסיכאלאגיע, און זייערע חידושים אין פסיכאלאגיע זענען געווארן גאר שטארק אנגענומען אין די וועלט ביזן היינטיגן טאג. וויקטאר האט געהאט פארשידענע טעאריעס וואס א מענטש זוכט. בעיקר מאטעריאליסטישע זאכן. תאוות עולם הזה. און וויאזוי מען קען היילן א מענטש אין א שווערע צייט דורך אויסהיילן טראומאס פון אלס קינד און אנדערע טעכניקן.

אבער דאן איז די מלחמה געקומען און פראנקל איז אנגעקומען אין די ביטערע טויט לאגערן. ער האט דא געהאט די גרעסטע לאבארטאריע צו באטראכטן מענטשליכע אויפפירונג און ער האט געזעהן די שרעקליכע מחזות וואס האבן אים ארויסגעשטופט פון זיין באקוועמליכקייט זאנע און צעווארפן זיין וועלט.

פראנקל האט געזעהן ווי מענטשן וואס פארמאגן גארנישט און ליידן ביטערליך, קעמפן אבער פארן לעבן. פראסטע מענטשן וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין העלדן, און שיינע אידן וואס האבן צוזאמענגעבראכן. מענטשן וואס האבן געליטן גאר אסאך אבער איבערגעלעבט און געבליבן מיט א נשמה, און מענטשן וואס האבן ווייניג געליטן האבן אבער גייסטיש און עמאציאנעל צוזאמענגעבראכן און זיך אויפגעפירט ווי חיות.

דאס האט צעשאקלט די אינטעלעקטואלע וועלט פון דעם אידישן פסיכאלאגיע ריז, און מען קען זאגן אז זיין אידישע פלאם האט זיך אנגעצינדן, ער האט געזעהן די נשמות פון מענטשן! ווען די גוף איז אזוי אויסגעוועלקט שיינט די נשמה שטארקער ארויס!

פראנקל האט געזעהן אז עס איז נישט די תאוות העולם וואס דער מענטש שטרעבט, נאר א מענטש איז א נשמה און ער זוכט העכערקייט, ער זוכט א באדייט פאר זיין לעבן, ער וויל לעבן פאר א העכערע באדייט!

פראנקל האט געזעהן ווי מצוות במסירות נפש האט געגעבן פאר מענטשן אין די טויט לאגערן א רצון צו לעבן. און אז איינער האט געשפירט אז ער קען האלטן זיין חבר ביים לעבן האט דאס גופא אים געהאלטן ביים חיות.

אט אזוי שרייבט פראנקל "דער מענטש האט טאקע ערפינדן די פארשאלטענע גאז קאמערן; אבער דער מין האנושי האט אויך אריינגעשפאנט אין די גאז זינגענדיג שמע ישראל ה' אלקנו ה' אחד!"

פראנקל האט עס געזעהן אויף זיך אז די אינסטינקט צו לעבן איז נישט די העכסטע. וויפיל מענטשן זענען נישט אנטלאפן פון אייראפע פאר די קריג, און די סיבה איז געווען ווייל זיי האבן נישט געוואלט וויי טון זייערע נאנטע און זייערע עלטערן. דאס שרייט קלאר אז מסירות נפש איז העכער ווי די יצר החיים. פראנקל אליין האט געהאט א מהלך וויאזוי צו אנטלאפן אינאיינעם מיט א גרופע אידישע פראפאסערן פון וויען, אבער זייענדיג דער אנפירער פון א שפיטאל און א קינד פון אלטע עלטערן האט ער מחליט געועון צו בלייבן. די החלטה האט ער געמאכט ווען ער האט געגאנגען נעבן די בית המדרש וואס איז פארברענט געווארן אין קריסטאל נאכט און א גרויסע שטיק שטיין פון די עשרת הדברות פון די פארברענטע בית המדרש האט זיך אנטפלעקט פאר זיינע פיס וואס זאגט "כבד את אביך ואת אמך" דאן האט ער געמאכט די החלטה צו בלייבן און באשיצן זיינע עלטערן וואס זענען למעשה אומגעקומען ביים קריג.

פראנקל האט נאך די קריג געשריבן זיין מאמענטאלע ווערק "דער מענטש זוכט העכערע באדייט" ווי ער ווייזט אויף אז א מענטש לעכצט פאר גדלות, פאר העכערקייט, צו טון גרויסע און גוטע זאכן און דאס איז די כח החיים.

פראנקל איז אן אנווייזונג. ער איז נישט געווען קיין פרומער איד, אבער האט איינגעזעהן די געוואלדיגע הייליגע נשמה פון אידן וואס ווערט נישט פארלוירן און קיין שום צייט, און האט פאראייביגט פאר די גרויסע וועלט האט די געוואלדיגע בשורה.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל