וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן דערקלערט אז די פארשפרייטונג פון באנוץ פון די געפארפולע "אפיאידס" מעדיצינען, איז א נאציאנאלע עמורדזשענסי, און האט געזאגט אז זיין אדמיניסטראציע ארבעט אהערצושטעלן א דאקומענט צו דערקלערן לעגאל און אפיציעל דעם נאציאנאלן עמורדזשענסי. טראמפ האט אונטערגענומען א שטייפן קאמף קעגן דער פארשפרייטונג פון די אפיאידס מעדיצינען, אוועקשטעלנדיג א קאמיסיע דאס אויסצופארשן, אונטער דער פירערשאפט פון ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי. אין א לעצטיגן באריכט האט די קאמיסיע געזאגט אז ארום 100 אמעריקאנער בירגער שטארבן טעגליך פון די דראגס, "וואס באדייט אז יעדע דריי וואכן ליידט אמעריקע אזויפיל פאטאליטעטן ווי א גאנצע סעפטעמבער עלעווען אטאקע", און דעריבער האט טראמפ באשלאסן צו דערקלערן דעם נאציאנאלן עמורדזשענסי, וועלכע וועט עפענען א פרישן קוואל פון פעדעראלע געלטער צו פארשפרייטן הילף פאר מענטשן וועלכע זענען צוגעבינדן צו די אפיאידס דראגס.

בילד: אפיאידס ווערט נאציאנאלע עמורדזשענסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל