וואשינגטאן – אן אנקעטע פון ישיבה יוניווערסיטי, וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן דורכ'ן "וואשינגטאן פאוסט", צייגט אז מער ווי האלב רעפובליקאנער וויילער שטיצן דאס אפשטופן די 020' וואלן, ווען פרעזידענט טראמפ וועט מוזן לויפן פאר ווידערוויילונג אויב וויל ער בלייבן פרעזידענט. 52 פראצענט רעפובליקאנער זאגן אז אויב וועט פרעזידענט טראמפ זאגן אז עס איז וויכטיג אפצושטופן די 020' וואלן צוליב וואס מען האט נאכנישט פארראכטן דעם וואל סיסטעם און עס איז נאך פול מיט פארשידענע פראבלעמען און שווינדלערייען, וועלן זיי אים גלייבן און שטיצן א פארשלאג טאקע עס אפצושטופן. ליבעראלע קאמענטאטארן האבן רעאגירט צו דער אנקעטע מיט שאק און אויפברויז, זאגנדיג אז דאס צייגט אז זייערע ווארענונגען אז טראמפ וועט זיך אויפפירן ווי א דיקטאטור, און אז די רעפובליקאנער וועלן אים נאך אלץ שטיצן אפילו אזוי, קומט נענטער צו א רעאליטעט. עס איז אנגעוויזן געווארן אויך אויף קאמענטארן וואס דזשעסי וואטערס, א קאנסערוואטיווער אנאליסט אויף "פאקס ניוז", האט געזאגט אז "פיל מענטשן וואונטשן זיך אז פרעזידענט טראמפ זאל זיין א דיקטאטור", ווייל אזוי וועט ער קענען אליינס אויפטאן אויף אישוס ווי אבאמאקעיר און ענליכס.

בילד: זאל מען אפשטופן די 020' וואלן?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל