פראנקרייך – אין די טעג ווערט אפגעצייכנט פינף און דרייסיג יאר פון ווען עס האט פאסירט די ברוטאלע טעראר אטאקע אויף א אידישן רעסטוראנט אין פאריז, וועלכע איז ביז'ן היינטיגן טאג פארבליבן די סאמע טויטליכסטע אנטיסעמיטישע אטאקע אין פראנקרייך זינט'ן צווייטן וועלט קריג. ביי דער אטאקע, אום אוגוסט יאר 982', האבן א גרופע טעראריסטן געשטורעמט דעם כשר'ן "דזשאו גאלדבערג דעלי" רעסטוראנט, האלטנדיג גראנאטן און שיסנדיג מיט רעוואלווערס, וואס אלעס אינאיינעם זענען זעקס אומגעקומען און 22 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. אצינד אז עס ווערט אפגעצייכנט 35 יאר פון דער אטאקע, האט מען געהערט א באנייעטן רוף אז די פראנצויזישע רעגירונג זאל לייגן מער דרוק אויף עטליכע לענדער אז זיי זאלן אויסליפערן געזוכטע פארשוינען וועלכע זענען אין יאר 15' אנגעקלאגט געווארן אין א פראנצויזישן געריכט איבער זייער ראלע אין דער אטאקע. איינער פון די דריי וואוינען אין ירדן, דער צווייטער אין ראמאלא, מערב ברעג פון מדינת ישראל, און דער דריטער אין נארוועגיע.

בילד: 35 יאר פון פאריזער כשר'ן רעסטוראנט אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל