אויסטראליע - די אידישע עסקנים וועלכע שטייען אונטער א פראיעקט צו בויען א נייע שוהל אין דער באנדי געגנט אין סידני, אויסטראליע, האבן געזאגט אז זיי וועלן איבערמאכן די פלענער פאר׳ן שוהל און וועלן אריינגעבן א נייע אפליקאציע. די ערשטע אפליקאציע וואס די אידן האבן געהאט אריינגעגעבן איז ארויסגעווארפן געווארן, ווייל די לאקאלע מוניציפאלע באאמטע האבן דערקלערט, אז דאס אוועקשטעלן א שוהל אינעם געגנט וועט ברענגען אן אנלויפעניש פון טעראריסטן וועלכע וועלן זוכן צו אטאקירן דעם שוהל און די אידן. די אנטוויקלונג מיט דער אפגעזאגטער אפליקאציע האט געשאפן א שטורעם, און פילע האבן געשריגן אז ס׳איז אנטיסעמיטיזם, אבער די עסקנים פונעם שוהל פראיעקט טענה'ן אז די לאקאלע באאמטע זענען באמת דירעקט אזעלכע וואס שטעלן זיך צו צו די אידישע געברויכן און זיי העלפן ארויס ווען מעגליך. נעכטן ביי א זיצונג צווישן די עסקנים און די באאמטע, איז באשלאסן געווארן איבערצומאכן די פלענער, און די עסקנים האבן געבעטן אז אקטיוויסטן זאלן אפשאפן א געפלאנטן פראטעסט-מארש וואס האט געזאלט פארקומען זונטאג.

בילד: סידניער אידן וועלן באנייען שוהל אפליקאציע

בילד: די רב יהורם אולמאַן און דירעקטאָר ראובן מאריסאן אין באָנדי.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל