ניו דזשערסי – פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער איז דאנקבאר פאר דער רוסישער רעגירונג איבער דעם וואס זיי האבן ארויסגעווארפן הונדערטער אמעריקאנער דיפלאמאטן פון מאסקווע און זיי אהיימגעשיקט קיין אמעריקע. מיט צוויי וואכן צוריק האט רוסלאנד באפוילן אז 755 אמעריקאנער דיפלאמאטן וועלן מוזן אהיימפארן, אלס נקמה צו די נייע סאנקציעס וואס אמעריקע האט באשטעטיגט קעגן רוסלאנד, האט יעצט טראמפ געזאגט אז ער וויל זיך באדאנקען פאר'ן רוסישן פרעזידענט פוטין, "ווייל יעצט האבן מיר ווייניגער איינגעשטעלטע אינעם סטעיט דעפארטמענט. מיר פלאגן זיך טאקע צו שניידן דעם פעדעראלן בודזשעט און די פעדעראלע פעיראל פאר אזויפיל איינגעשטעלטע, און דא האט ער עס געמאכט אזוי לייכט", צולייגנדיג "עס איז נישטא קיין שום עכטע סיבה פארוואס די דיפלאמאטן זאלן דארפן צוריקגיין קיין רוסלאנד".

עס איז נישט געווען קלאר צי טראמפ'ס ווערטער זענען געווען סארקאסטיש, אדער האט ער עס ערנסט געמיינט, ווייל עס איז טאקע טייל פון זיין פאליסי צו שניידן די סייז פון דער פעדעראלער רעגירונג.

בילד: טראמפ באדאנקט רוסישע רעגירונג פאר'ן ווארפן דיפלאמאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל