וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געזאגט אז אין די גאר נאענטע טעג וועט ער מעלדן א נייע סטראטעגיע איבער'ן צושטאנד אין אפגאניסטאן. זיין מעלדונג איז געקומען נישט לאנג נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר דזשאן מעקעין האט ארויסגעשטעלט זיין אייגענעם פארשלאג וואס די פעדעראלע רעגירונג זאל טאן איבער אפגאניסטאן. מעקעין זאגט אז פרעזידענט טראמפ איז דערווייל דורכגעפאלן ארויסצושטעלן א געהעריגן פלאן פאר אפגאניסטאן'ס צוקונפט, און דעריבער שטעלט ער אליינס ארויס א פלאן. מעקעין'ס פלאן רופט צו שיקן מער קאמפס טרופן קיין אפגאניסטאן, און געבן מער טרענירונג פאר דעם אפגאנער מיליטער, און אויך צו לייגן דרוק אויף פאקיסטאן אז זיי זאלן נישט צושטעלן שוץ פאר די טאליבאן. באריכטן צייגן אז די סיבה פארוואס טראמפ האט נאכנישט געמאלדן זיין אפגאניסטאן פאליסי, איז ווייל עס קומען פאר אינערליכע געשלעגן, צי מען זאל זיך גענצליך ארויסציען פון דארטן אדער זאל מען שיקן נאך טרופן.

בילד: נייע אפגאניסטאן סטראטעגיע קומט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל