איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג זאגט אז זי האט סוקסעספול אפגעשטעלט אן אייסיס טעראר פלאן וועלכע האט געצילט אראפצוקראכן אן אמעריקאנער מיליטערישע פליגער. לויט די רעגירונג באאמטע האבן אגענטן און פאליציי אפיצירן אויפגעכאפט וויאזוי א פארשוין דרייט זיך אין די לעצטע וואכן נאכאנאנד אין דער שטאט אדאנא, נישט ווייט פון דער אינסירליק מיליטערישע באזע, וואו אמעריקע'ס אנטי-אייסיס קרעפטן זענען סטאנציאנירט. ווען זיי האבן אנגעהויבן אויספארשן וואס דער פארשוין וויל, זענען זיי דערגאנגען אז יענער כאפט בילדער און זאמלט אינפארמאציע איבער דער מיליטערישע באזע, וויבאלד אייסיס האט געוואלט נוצן א קליינעם דראון, אריינצוקראכן דערמיט אין אן אמעריקאנער מיליטערישן פליגער, וואס וואלט געברענגט אז דער פליגער זאל אראפקראכן. דער פארשוין, וועלכער איז נישט אידענטיפיצירט געווארן, איז אנגעקלאגט געווארן מיט טעראר קלאגעס.

בילד: טערקיי שטערט אייסיס פליגער פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל