ניו דזשערסי – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א רעדע פארנט פון זיין וואקאציע היים אין בעדמינסטער, ניו דזשערסי, וואו ער האט פריש געסטראשעט די קאמוניסטישע צפון קארעא, אז אמעריקע האט נישט מורא אונטערצונעמען מיליטערישע שריט און באמבארדירונגען קעגן דעם דארטיגן רעזשים, אויב זיי גייען ווייטער אן מיט זייערע נוקלעארע אקטיוויטעטן און מיסיל פרואוון.

טראמפ האט געזאגט אז אפשר דאס וואס ער האט מיט עטליכע טעג צוריק געסטראשעט אז אמעריקע וועט באטרעפן צפון קארעא מיט "פייער און כעס" איז נישט געווען גענוג שארף (טראץ באריכטן אז טראמפ'ס מיליטערישע און נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זענען שטילערהייט געווען שאקירט איבער די ווילדע ווערטער), און אפשר דארף ער קלארער שטעלן אז צפון קארעא זאל ציטערן.

"זיי זאלן בעסער זיין זייער זייער נערוועז דארטן אין צפון קארעא" – האט טראמפ געזאגט.

זיינע קאמענטארן זענען געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס צפון קארעא האט זיך בכלל נישט דערשראקן פון די ווארענונגען וואס טראמפ האט געלאזט פאלן מאנטאג, נאר זיי האבן גאר רעאגירט מיט א דירעקטער און דעטאליזירטער סטראשע צו אטאקירן דעם אמעריקאנער אינזל גואם, וואו עס זענען סטאנציאנירט 6 טויזנט אמעריקאנער טרופן.

בילד: טראמפ פארשארפט סטראשונקעס פון מלחמה קעגן צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל