ניו דזשערסי - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן דערקלערט קריג אויף דער עפידעמיע און אויסשפרייטונג פון די שעדליכע ״אפּיאידס״ מעדיצין-דראגס. אפּיאידס איז א געוויסע קלאס פון מעדיצינען וואס מען נעמט פאר יסורים, געוויסע סארט וואס נאר א דאקטער קען פארשרייבן און אנדערע סארט וואס מ׳קען קויפן פשוט אין אפטייק, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז אפּיאידס איז זייער שעדליך און עס פארמאגט טיילן וואס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן צוגעבינדן דערצו. פילע סטעיטס פלאגן זיך מיט שעדליכע איבערנוץ פון די סארט מעדיצינען, וואס לויט רעגירונג סטאטיסטיקס שטארבן דערפון אין אמעריקע 100 בירגער טעגליך. פרעזידענט טראמפ האט אוועקגעשטעלט א קאמיסיע צו באקעמפן די אפּיאידס עפידעמיע און נעכטן איז אין ניו דזשערסי געווען דער ערשטער צוזאמקום פון דער קאמיסיע, וואו טראמפ האט פארשפראכן צו באקעמפן די עפידעמיע און אפשטעלן דעם שעדליכן איבערנוץ פון אפּיאידס אין לאנד.

בילד: טראמפ דערקלערט קריג קעגן אפּיאידס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל