וואשינגטאן - ״ווייס ניוז״ דעקט אויף אן אינטערעסאנטע זאך, גענומען פון עטליכע ווייסע הויז באאמטע, אז פונעם ערשטן טאג נאך דער איינשווערונג, באקומט פרעזידענט טראמפ יעדן איינציגן טאג א ״פראפאגאנדע דאקומענט״, א ספעציעלע טעקע, צוויי מאל א טאג, איינמאל 9:30 אינדערפרי און דאס צווייטע מאל 4:30 נאכמיטאג. אינעם פאלדער ליגן א הויפן דאקומענטן, אבער זיי זענען נישט קיין רעגירונג דאקומענטן, נאר אנשטאט באשטייט דער פאלדער פון צייטונגס אויסשניטן, אויסצוגן פון אינטערוויוען און נייעס באריכטן, אלעס פאזיטיווע און גלאנציגע באריכטן פאר׳ן פרעזידענט, אין צוגאב צו ״מאכטפולע״ בילדער פונעם פרעזידענט וועלכע זענען געוויזן געווארן יענעם אינדערפרי אויף די נייעס סטאנציעס - און דער גאנצער פראיעקט איז געצילט צו הייבן דעם פרעזידענט׳ס מאראל. די קוועלער זאגן אז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן ביז היינט צוריקגעהערט פונעם פרעזידענט איבער די פאלדערס, איז געווען, ״עס דארף זיין מער פאזיטיוו״.

בילד: טראמפ קריגט טעגליך פראפאגאנדע דאקומענט

בילד: די ווייס ניוז באריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל