וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ איז אין נאכאנאנדיגן אומדירעקטן קאנטאקט מיט ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט אן די אויספארשונג איבער רוסלאנד׳ס שריט אין די אמעריקאנער וואלן און די מעגליכקייט אז דער טראמפ קאמפיין האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד. די נייעס איבער דעם אומדירעקטן קאנטאקט איז געמאלדן געווארן דורך טראמפ׳ס הויפט לאיער דזשאן דאוד, וועלכער האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז סייווי אין נאכאנאנדיגער פארבינדונג מיט מוללער, אלס טייל פון דער אויספארשונג, און אז פרעזידענט טראמפ האט שוין עטליכע מאל געבעטן דאוד צו שיקן זיינע ״דאנקבארקייט אויסדרוקן און וואונטשן״ פאר מוללער. די אויפדעקונג קומט נישט לאנג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ איז קריטיקירט געווארן פאר׳ן נאכאנאנד קאמיוניקירן מיט׳ן געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, וועמען ער האט שפעטער ארויסגעווארפן.

בילד: טראמפ אין פארבינדונג מיט ראבערט מוללער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל