פאריז - וואנדאלן האבן אראפגעבראכן און וואנדאליזירט א געדענקמאל שטיין אין מזרח פראנקרייך, אוועקגעשטעלט אין געדענקעניש פון אומגעקומענע קליינע אידישע קינדער ביים צווייטן וועלט קריג. דער געדענקמאל, אין שטאט ליאן, באעהרט די 44 קליינע קינדער און 7 ערוואקסענע וועלכע זענען אומגעקומען אין יאר 944׳ ווען דער רשע קלאוס בארבי, פירער פון די געסטאפא אין ליאן, האט אינאיינעם מיט זיינע טרופן געשטורעמט א קינדער היים אין דער שטאט און ארעסטירט אלע קינדער און די ערוואקסענע, וועלכע זענען אלע שפעטער אפגעשיקט געווארן צו די טויט לאגערן און בלויז איין ערוואקסענער פון דער גאנצער גרופע האט איבערגעלעבט. אין רעאקציע צו דער שעדיגונג פונעם טרויעריגן געדענקמאל שטיין, האט מען געהערט שארפע פארדאמונג פונעם פראנצויזישן פרעמיער מיניסטער, עמאניועל מאקרון, וועלכער האט גערופן פאר אן אויספארשונג.

הוסף רשומת תגובה