וואשינגטאן - די עף-בי-איי האט נעכטן פובליצירט פרישע אינפארמאציע איבער מיכאל קאדאר, דער איזראעלישער יוגענטליכער וועלכער איז געשטאנען אונטער די הונדערטער פאלשע באמבע סטראשונקעס קעגן אידישע צענטערן אין די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע לענדער אין לויף פון עטליכע יאר. די פרישע אינפארמאציע צייגט אז אויסער דעם וואס קאדאר האט דורכגעפירט די באמבע סטראשונקעס מיט אנאנימע טעלעפאן רופן און אנאנימע אימעיל ווארענונגען, האט ער אויפ'ן אינטערנעט פארקויפט זיינע סערוויסעס. קאדאר האט געהאט אן אקאונט אויף ״אלפא-בעי״, אן ארט אויפן אינטערנעט וואו מענטשן פארקויפן אלע סארט אומלעגאלע סערוויסעס, און קאדאר האט געשריבן אז אויב עמיצער וויל איינעם טשעפען, קען ער ערלעדיגן א באמבע סטראשונקע אין יענעמ'ס נאמען, וואס אזוי וועט יענער האבן צו ליידן פון די פאליציי. ער האט פארקויפט די ״סערוויס״ פאר א פרייז פון דרייסיג ביז ניינציג דאלאר פער סטראשע.

אלפא-בעי איז פארשפארט געווארן דורך די פעדעראלע רעגירונג פאריגע מאנאט.

בילד: מיכאל קאדאר

בילדף מיכאל קאדאר פלעגט ערלעדיגן באמבע סטראשונקעס אויף אלפא-בעי

בילד: אלפא-בעי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל