איראק - די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן קאטעגאריש געלייקנט די באריכטן אז זי האט דורכגעפירט א סעריע באמבארדירונגען אויף שאיאטישע באוואפנטע מיליצע מיטגלידער אין איראק. די באשולדיגונג איז געקומען פון דער ״קאטאאיב על שוהאדא״ באנדע, וועלכע ווערט געשטיצט דורך איראן צו קעמפן קעגן אייסיס טעראריסטן אין איראק, און די באנדע זאגט אז א גרופע פון אירע קעמפער ביים גרעניץ ראיאן נאענט צו סיריע, זענען באטראפן געווארן דורך באמבעס פון אמעריקאנער דזשעטס, פון וועלכע 36 זענען אומגעקומען. אמעריקע לייקנט עס, אבער די מיליצע פירער זאגן אז די באמבעס זענען געווען ״קלוגע ראקעטן״, פונעם סארט וואס נאר אמעריקע פארמאגט. אין אנדערע נייעס האבן מאניטארס באשולדיגט אז אמעריקאנער דזשעטס האבן באמבארדירט א ציווילע באוואוינטע געגנט אין דער אייסיס-קאנטראלירטער שטאט ראקא, און 29 ציווילע, אריינגערעכנט 14 קליינע קינדער, זענען אומגעקומען.

הוסף רשומת תגובה