גאלף ראיאן - אן אומבאוואפנטער איראנער מיליטערישע דראון איז געקומען געפארפול נאענט צו אן אמעריקאנער קאמפס פליגער וועלכע איז געפלויגן העכער׳ן גאלף ים, אין א פרישן אינצידענט פון מיליטערישע חוצפה דורך די איראנער. דער דראון איז געקומען ווייניגער ווי הונדערט פיס נאענט צום אמעריקאנער פליגער, וועלכע האט זיך געהאלטן אינמיטן גרייטן צו לאנדן אויף דער ״יו-עס-עס נימיץ״ שיף, און טראץ עטליכע ווארענונגען און ראדיא מעסעדזשעס, האט דער דראון זיך נישט אוועקגערירט פון ארט, נאר געמאכט געוואגטע און געפארפולע מאנעוורעס, וואס וואלט געקענט פירן צו א צוזאמענשטויס, אבער עווענטועל נאך אפאר מינוט האט דער דראון זיך גערוקט אוועק פונעם פליגער און אוועקגעפלויגן. פענטאגאן באאמטע זאגן אז דאס איז שוין די זיבעצנטע אזא סארט אינצידענט צווישן די אמעריקאנער און איראנער מיליטערן, אבער דער נעכטיגער אינצידענט איז דאס ערשטע מאל וואס איראן׳ס מיליטער האט גענוצט א דראון אין אזא קאנפראנטאציע.

בילד: איראן דראון איזדיעקעוועט אמעריקאנער דזשעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל