בעלגיע - אן ערנסטע שרעק איבער א מעגליכע פרישע טעראר אטאקע איז נעכטן אנטשטאנען אין בריסל, בעלגיע, נאכדעם וואס די פאליציי האבן אפגעשטעלט א פארשוין וועלכער האט זיי געזאגט אז ער פארמאגט א באמבע אין זיין אויטא. דער אינצידענט האט פאסירט אין דער מאלענביק געגנט, וואס איז באקאנט אלס אינפעסטירט מיט איסלאמישע דזשיהאדיסטן און די טעראריסטן פון דעם יאר 15׳ פאריז אטאקעס זענען פון דארטן געקומען. די פאליציי האבן נאכגעיאגט דעם אויטא פאר א טראפיק פארלעצונג, און נאכ׳ן אים אפשטעלן, האט דער דרייווער געזאגט אז ער האט א באמבע, פירנדיג צו א באלדיגע עוואקואציע פון דער גאנצער געגנט. אבער נאך עטליכע מינוט אונטערזוכן די אויטא, האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיין שום באמבע אדער אויפרייס מאטעריאל זענען נישט אין דער קאר, און די פאליציי האבן גענומען דעם דרייווער אונטער ארעסט, זאגנדיג אז יענער איז ווארשיינליך א גייסטיש-קראנקער.

בילד: אומזיסטיגע באמבע-טעראר שרעק אין בריסל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל