ניו דזשערסי - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכמיטאג געשיקט א שארפן מעסעדזש צו דער קאמוניסטישער צפון קארעא, אז דער רעזשים ״וועט באטראפן ווערן דורך אונזער פייער און כעס, אזוינס וואס די וועלט האט נאך קיינמאל נישט געזען!״

דאס זענען געווען די שארפסטע ווערטער זינט טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז, רוקנדיג נענטער די רעאליטעט אז אמעריקע גייט אונטערנעמען מיליטערישע שריט אפצושטעלן דעם נוקלעארן געפאר פונעם קים יאנג אן רעזשים.

טראמפ׳ס שארפע ווארענונג איז געקומען אין רעאקציע צו פרישע באריכטן נעכטן, וועלכע האבן געצייגט אז צפון קארעא האט געמאכט ווייטערדיגע פארשריט מיט אירע נוקלעארע וואפנס, און אז זי האט שוין די טעכנאלאגיע דאס ארויפצושטעלן אויף מיסילס. וואס נעמענדיג אין באטראכט אז צפון קארעא האט געוויזן אין צוויי לעצטע פראבעס אז זי פארמאגט שוין אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסילס, באדייט עס אז יעצט האט זי שוין פולקאם-גרייטע נוקלעארע מיסילס, צו שיסן אויף אמעריקע ה״י.

אין ליכט פון טראמפ׳ס שארפע ווערטער אין ריכטונג פון צפון קארעא, האט מען נעכטן געזען שפעט נאכמיטאג ווי דער סטאק מארקעט האט זיך געשלאסן מיט א פארלוסט פון א טאג פריער, ברענגענדיג צו אן ענדע 9 טעג פון נאכאנאנדע רעקארד פארדינסטן. אנאליסטן האבן ערקלערט אז אמעריקאנער און גלאבאלע אינוועסטירער האבן זייער ערנסט גענומען טראמפ׳ס סטראשע צו צפון קארעא, און די מעגליכקייט פאר מיליטערישע שריט און א מעגליכע קריג צווישן צפון קארעא און די פאראייניגטע שטאטן, איז געקומען א טריט נאענטער.

בילד: צפון קארעא וועט באטראפן ווערן דורך אמעריקאנער פייער און כעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל