ווירדזשיניע — די וואך שבת איז געסקעדזשועלט פארצוקומען א ראלי דורך ווייסע נאציאנאליסטן אין שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, וואו זיי וועלן זיך צוזאמנעמען צו פראטעסטירן א באשלוס פון דער לאקאלער רעגירונג צו טוישן דעם נאמען פון א פארק. די מוניציפאלע באאמטע האבן א צייט צוריק געטוישט דעם נאמען פונעם "גענעראל לי פארק" צו "עמאנציפאציע פארק", צוליב וואס גענעראל לי איז געווען א פיינטליכע פרא-קנעכטשאפט גענעראל אין די קאנפעדערעיט ארמייען – אבער די ווייסע נאציאנאליסטן טענה'ן אז דאס טוישן דעם נאמען און אוועקנעמען גענעראל לי'ס נאמען, איז א פרואוו פון דער לינקער באוועגונג אין אמעריקע אפצומעקן טיילן פון אמעריקאנער היסטאריע, און וועגן דעם האבן זיי געסקעדזשועלט דעם פראטעסט טאקע אין דעם פארק. די שטאטישע באאמטע האבן אנהייב וואך געמאלדן פאר די ארגאניזירער אז דער פראטעסט וועט נישט קענען דארטן פארקומען, צוליב וואס די רעגירונג איז באזארגט איבער די פיינטליכע רעדעס וואס וועלן געגעבן ווערן ביים פראטעסט, און נעכטן האבן עטליכע גרופעס אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן די שארלאטסוויל באאמטע, זאגנדיג אז דאס אוועקרוקן דעם פראטעסט פונעם פארק, פארלעצט די "פרייהייט פון אויסדרוק" רעכטן פון די נאציאנאליסטן.

בילד: קריגעריי איבער נאציאנאליסטישע ראלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל