טעקסאס – א פעדעראלער ריכטער אין אוסטין, טעקסאס האט דערלאנגט א דורכפאל פאר דער רעפובליקאנער-קאנטראלירטער סטעיט סענאט אין טעקסאס, ווען ער האט ארויסגעווארפן א פארלאנג פון די סטעיט באאמטע צו דערקלערן אן אנטי-אימיגראנטן געזעץ אלס לעגאל און קאנסטיטוציאנעל אויסגעהאלטן. די סטעיט האט געוואלט דורכפירן א געזעץ אז באאמטע אין סיטיס לענגאויס טעקסאס, אריינגערעכנט ערוויילטע סיטי פאליטישאנס און סיטי פאליציי, זאלן קענען באשטראפט און אפילו ארעסטירט ווערן, אויב זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צו פעדעראלע אימיגראציע פארלאנגען. דאס געזעץ וואלט געשטימט מיט פרעזידענט טראמפ'ס פרואוו צו באשטראפן "סענקשוערי סיטיס" וועלכע קאאפערירן נישט איבער אומלעגאלע אימיגראציע. טעקסאס האט געוואלט אז נאך איידער זיי באשטעטיגן דאס געזעץ, זאל א ריכטער עס דערקלערן אלס לעגאל אויסגעהאלטן, צו פארמיידן קלאגעס נאכדעם וואס דאס געזעץ גייט אריין אין אפעקט, אבער דער פעדעראלער ריכטער סעם ספארקס, נאמינירט דורך פרעזידענט דזשארדזש עיטש בוש צום אמט, האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן פאר טעקסאס.

בילד: סענקשוערי סיטיס דורכפאל אין טעקסאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל