ברוקלין – א ניו יארק סיטי פאליציי אפיציר האט איבערגעלעבט א שיסעריי, ווען זיין בולעט פרוף וועסטל האט געראטעוועט זיין לעבן, נישט לאזנדיג די קוילן באטרעפן האקעלע פלעצער. די שיסעריי האט פאסירט אינעם סייפרוס היללס געגנט אין ברוקלין, וואו די פאליציי האבן באקומען א 911 רוף איבער א גייסטיש צערודערטן פארשוין אין א הויז אויף רידזשוואוד עוועניו. ווען דער פאליציי אפיציר איז אנגעקומען, האט דער פארשוין געעפנט פייער מיט א רעוואלווער און ארויסגעשאסן עטליכע קוילן, פון וועלכן דער אפיציר איז פארוואונדעט געווארן, אבער די בולעט פרוף וועסט האט געמאכט זיכער אז די קוילן זענען נישט געגאנגען צו טיף. דער פארשוין איז שפעטער באגאנגען זעלבסטמארד, און דער אפיציר איז אפגעפירט געווארן צום דזשאמעיקא שפיטאל אין קווינס, אין א סטאבילן צושטאנד, וואו מעיאר דעבלאזיא און פאליציי קאמישאנער דזשעימס אנניעל האבן אים באזוכט און דערנאך אויפגעטרעטן מיט א פרעסע קאנפערענץ, וואו זיי האבן געצייגט פאר'ן פובליק דעם בולעט פרוף וועסטל וואס האט געראטעוועט דעם אפיציר'ס לעבן.

בילד: בולעט-פרוף וועסט ראטעוועט אפיציר'ס לעבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל