פון חיפה קומט אן די נייעס איבער די פטירה פון ר׳ ישראל קריסטאל ע״ה, א קריגס איבערלעבער וועלכער איז באקרוינט געווארן מיט א יאר צוריק דורך די ׳גינעס בוך פון וועלט רעקארדס׳ אלס דער וועלטס עלטסטער מאן, ר׳ ישראל איז געבוירן געווארן אין פוילן אין יאר תרס״ג, אלט זייענדיג 17 יאר האט ער זיך געצויגן קיין לאדש ווי ער האט געעפנט א פירמע צו פראדוצירן צוקערליך. ביים קריג איז ער פארשיקט געווארן מיט זיין ווייב און צוויי קינדער קיין אוישוויץ ווי זיין פאמיליע איז ליידער אומגעברענגט געווארן, נאכ׳ן קריג האט ער געהייראט זיין צווייטע ווייב בת שבע ע״ה מיט וועמען ער האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און  אויפגעשטעלט א פאמיליע, אין ארץ ישראל האט ער אויך ווידער-געגרינדעט זיין צוקערליך פאבריק אין חיפה און געלעבט א איידעלע און באשיידענע לעבן. ר׳ ישראל האט געברענגט א שטארקע קידוש ה׳ ווען ער איז באקרוינט געווארן אלס וועלטס עלטסטע מענטש אין עלטער פון 113, יעדער איז אנציקט געווארן פון זיין ערליכקייט און באשיידנקייט און פון זיין געוואלדיג אמונה און בטחון טראץ אלע שוועריגקייטן וואס ער איז אריבער. ר׳ ישראל איז נפטר געווארן בשיבה טובה און לאזט איבער א זוהן און א טאכטער און פילע אייניקלעך און אור איינקלעך.

בילד: ר' ישראל קריסטאל

קרעדיט: בשורות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל